Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 7 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12599
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:57 pm#413452
וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
וואס איז דער ריכטיגער הברה פון דעם אות זאיען zayen אדער זויען zoyen? אין סאטמארער קרייזן הערט מען דעם צווייטן נוסח אבער כמעט איבעראל זאגט מען דעם ערשטן. וואס איז ריכטיג?

דא האב איך געפונען עפעס וואס זעט אויס ווי חילוקי דעות איך קען עס נישט געהעריג אפליינען https://books.google.com/books?id=zWK8CgAAQBAJ&pg=PA305&lpg=PA305&dq=zoyen+yiddish&source=bl&ots=AqIu33RfgR&sig=giZPA_ZjlKwdTOzLd_jT
ly0dEeY&hl=en&sa=X&ved=2ahUKEwie96_VltrdAhVRON8KHZWBDqcQ6AEwAXoECAkQAQ#v=onepage&q=zoyen&f=false

אין וויקיפעדיע שטייט yiddish zoyen אבער אן א שטרעכל אויפן o וואס מאכט ווייטער א ספק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:06 am#413453
Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:40 am#413455
Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?
קל וחומר האט געשריבן:ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...
אדער ווייל ס'סאונדט אזוי ווי "Zion", און מזאל נישט נכשל ווערן מיט ציונות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:52 am#413460
אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:28 am#413465
לכאורה וואלט איך געזאגט אז ביידע זענען ריכטיג ווייל די ווארט זיין פון וואס די אויס ז' באשטייט מיינט געווער. און ווי געווענליך ווערטער אין לשון הקודש ווען עס איז ביי די ענדע פון א זאץ, אדער אין תנ"ך ביי א סוף פסוק, טוישט זיך די פת"ח צו א קמ"ץ. נעמט למשל די ווארט מים- וואסער, סיי צו מ'זאגט אים מיט א קמץ סיי מיט א פתח זענען זיי ביידע ריכטיג.
דרך אגב זענען פארהאן אנדערע טעותים וואס זענען נשתלשל געווארן ביים ארויסזאגען די אותיות. אין אסאך פלעצער זאגט מען ארויס די אותיות נו"ן אדער שי"ן אזויויי ניען אדער שיען. אויך ווען מען לערנט מיט קינדער אלף בית לערנט מען זיי אפט דעם אות יו"ד אלס יידעלע.
אויך די אות צד"י וואס מיינט פאנג איז נשתלשל געווארן צו זאגן אלס צדי"ק.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:56 am#413561
לבי ובשרי האט געשריבן:אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.

קל וחומר'ס פשט איז די ריכטיגע. כנלענ"ד...!