דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:16 pm#413693
שטייעדיגע תורה תשעט
ביי די שטיייענדיגע תורה תשע"ט האט אדמור מבעלזא אנגעהויבען מיט די ווערטער, עס קומט מיר אן שווער, אבער עס איז געווען א מנהג ביים פעטער ז"ל און א מנהג מוז מען אנהאלטען! בערך כהאי לישנא! און טאקע מיט קוים עפעס כח, האט דער בעלזא רבי געזאגט איבער די תורה וואס די בעלזא רבי ז"ל פלעגט זאגען, און דערנאך געזאגט א פאר נקידות פאר כלל חסידי בעלזא בנוגע תורה ותפלה און בנוגע א כשר'ע ארבעט און צדקה פאר די מוסדות וכו' און צניעות, וכו' זייער א שיינע דרשה, וואס נעמט בערך 8 מיניט אויף די זייגער!
די פעטער ז"ל האט געזאגט די שטייענדיגע תורה כפי ששמעתי שטייענדיג ביים טיר אויף די וועג ארויס פון שול בערך 3 מיניט זאגעדניג כמה הדרכות קדושות, און דערפאר ווערט דאס אנגערופען שטייענדיג תורה ווייל ווען משטייט איז דאס אזא דרך אגאב! נישט ווען משטייט ביים באלעמער ווען משטייט בייםטיר כמובן, וואס איז שווער דא? וואס דארף ער זיך פארענטפרין ? די דרשה קאסט דען כוחות? היי יאר האט ער מקיים געווען די מנהג בעלזא ממש בתפארתו! י פראבלעם איז די אלע שיינע שטייענדיגע תורה'ס וואס האט זיך גענדיגט מיט די אשרינו ומה טוב חלקינו, וואס גדולי הדור זענען געווען אויף די צימבעל, א ווי דער בעל מאורות הקודש מיט להבדיל דער דברי יואל מיט די הייליגע חסם סופר און די אונגארישע רבנים , אפאר יאר שפעטער הסברים און די מחלוקת חסידים מיט מתנגדים, און די יארען וואס מהאט שוין יא געווארפען א ביין צום דברי יואל מיט הג"ר אהרן קאטלער, אז זיי האבען אויפגשטעלט אידישקייט און אמעירקע - שכוח! יענער יארען האט ער געדארפט זאגען רבותי איך וויל איינפירען א נייע זאך צו רעדען ראזשינקעס, אדער פון די קוגעלעך ניין דאס איז געווען חנוכה צייט,
על כל פנים הרב הצדיק אהרן מרדכי וועט זיך שוין מוסר נפש זיין צו האלטען דער מנהג !