Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קאווע שטיבל • גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

קאווע שטיבל • גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 50 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12613
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:02 pm#414045
גדולי ישראל מיט סמארטפאנס
שוין די העכסטע צייט צי עפענען א אשכול פון די אלע חשובע רבנים וואס זענען ריכטיגע סעמפעלס פאר זייערע תלמידים און חסידי וויאזי מקען לעבען אין די היינטיגע וועלט אין זיין ערליך מיט די אלע פראבלעמען אין ניסיונות און זיי באנוצען זיך אליין מיט א סמארטפאן.
האדמו"ר מקארלין איז דא א באקאנטע פיקטשער ווי ער סקראולט אויף א סמארטפאן און עירפארט.
האדמור הליטאי רבי שלום בער סורוצקין איז דא א באקנטא פיקטשער ווי ער טשעקט בחדרי חרדים צי וויסען מהנעשה והנשמע.
האדמו"ר מבעלעד האב איך געזעט מיט א אייפאן (דולה ומשקה קום אריין מיט א קלארע באריכט)
אנדערע וואס האבען סמארטפאנס אין צומאל זענען זיי די אדמינס אויף די קהלה וואטסעפפ גרופעס
האדמו"ר מזלאזיץ איז שטארק טעטיג אויף וואטסעפפ
האדמו"ר מקאמעניץ האב איך געזען אמאל מיט א סמארטפאן
וועמען נאך?
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:04 pm#414046
אב''ד דאבשענא און אדמו''ר מ'פעסט
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:08 pm#414048
שלום עליכם הויכבאשפריצטע (קרעדיט :זעמיל) ראשעקאל, מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך. ס'האט זיך געשפירט דא כצאן בלי רועה, ווי א דארף אן א הינט.
וויאזוי איז געווען די וואקאציע?
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:09 pm#414049
'בּלעקבּעררי' גייט אריין בגדר סמארט-פאון?
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:10 pm#414050
י.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:35 pm#414053
האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:36 pm#414054
קאצקע ציקער האט געשריבן:האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)

נישט אין זיינס, ס'איז דעם גבאי'נס.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:07 am#414057
רבי שי טאהאן איז גאר שטארק טעהטיג אויף וואטסאפפ.

הרב שמואל ניימאן האט א שבת גוי צו פאוסטן זיינע שיעורים.. אבער די שאלות אויף אימעיל ענפערט ער אליינס. (שאלה מוז זיין אין אידיש אדער קען מען שיקן א וואוסנאוט אויף אימעיל..)
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:10 am#414058
בכלל וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו האבן היימישע מורי הוראה און פוסקים אויף אימעיל און וואטסאפפ. אז מען קען צאמשטעלן א ליסטע פון דעם וואלט עס געווען א גרויסע תועלת פאר גאר אסאך אידן.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:32 am#414061
רבי יוסף יצחק יעקובזאהן
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:55 am#414063
אמנן יצחק
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:59 am#414064
Re: גדולי ישראל מיט סמארטפאנס
טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:36 am#414072
כ״ק אדמו״ר מראצפערט ב״פ שליט״א
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:08 pm#414085
יהושע חיים האט געשריבן:טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק

א בלעקבעררי איז שוין היינט פארצייטיש. ס'איז שוין כמעט אזוי (גוט) ווי א פליפ-פאון...!
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:31 pm#414089
איינער האט רבי שמואל ניימאןס אימעיל עדרעס ? איז שוין דא א אשכול פון אים ?
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:05 pm#414193
סאדיגערע רבי זז''ג ( עכ''פ ביי זיין פאטער'ס לויה האט ער נאך געהאט)
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:24 pm#414221
א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:28 pm#414222
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות וכו' וכו' וכו'

Couldn't agree more
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:46 pm#414228
מיין רבי זז"ג האט א סמארטפאון און ער לעבט פון די אייגענע געלט (בדחקות, כפי רצונו). ער גייט נאך געלט פאר זיין כולל, אבער זיין לעבען איז פון זיין (קליינע) אינוועסטמענטס פון יארען צוריק.

גראדע הייבט ער נישט אן צו וויסען וויאזוי מ׳נוצט א סמארטפאון, און ביי אים איז עס נאר א פאון, אבער זיין ווייב קען אים ווייזען זאכען אויף דער אינטרנט, און ער שעמט זיך נישט נאכצוזאגען דערפון.

ועוד, עס איז דא. פיל סבות צו האבען א סמארטפאון און ארום גייען דזשאדזשען מענטשען איז זינלאז. דער דארף מיטהאלטען משפחה אין חו"ל, דער דארף נאכפארשען זאכען און ער וויל נישט קיין קאמפיוטער וואס די קינדער קענען צורירען, דער האט אנדערע נוצען דערפון. עס איז נישט אייניג, און קיינער ווייסט נישט וטאס טוט זיך ביי יענעם.

מאך זיכער מאך זיכער איידער איר רעדט.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:58 pm#414229
אלימלך לאווי בן הרה"ק מטאהש האט א סמארטפאון לצורך פרנסה, מען קען נישט פירן קיין ביזנעס אנדערש
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:49 pm#414230
מער ווי איין פון סאטמארער (רבי אהרן'ס) דיינים האב איך פרעזענליך געזען מיט סמארטפאונס
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:21 pm#414236
מיין ראש ישיבה זז"ג האט אויך א סמארטפאון
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:44 pm#414237
מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:45 pm#414238
כמעט אלע ליבאוויטשע רבנים (שלוחים) האבן סמארטפאון'ס
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:46 pm#414239
דאכצעכמער האט געשריבן:מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...

פשוטע סעלפאונ'ס האבן נישט באקומען די אלערט?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:34 pm#414323
דאכצעכמער האט געשריבן:מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...

אה... דאס איז טעגליכע בולשיט
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:40 pm#414332
דאכצעכמער האט געשריבן:מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...

ס'האט געקלינגען פאר פשוטע טעלאפאנען אויך
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 5:53 am#414363
Re: גדולי ישראל מיט סמארטפאנס
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

עס קוקט אויס אז די ווילסט זייער שטארק אנהאלטן די וועלט אז סזאל נישט פארן ווייטער.

די קענסט פאר דיר פריוואט נאך אלס גיין וואשן וועש ביים ים אבער די וועלט פארט ווייטער אין נישט אלעס וואס איז אמאל געווען די נארמע איז געבליבן די זעלבע היינט.

אזוי ווי מענטשן לערנען זיך היינט אויס וויאזוי צו טוישן די באלב פון א קאר אויף יוטוב איז גארנישט ראנג אויב מלערנט זיך אויך אויס אזוי וויאזוי צו כשרן טעפ.

איך האב נאר אנגעכאפט די משל וואס די האסט געגעבן אבער דעיס גייט אן פאר אלעס.
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 6:19 am#414366
Re: גדולי ישראל מיט סמארטפאנס
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

איר זאגט אפשר עפעס, אבער די וועג פון שרייבן האט זייער געשמעקט פון איי-וועלט. ואכן נודע הדבר אין אַ דערנעבענדיגע אשכול.
זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:09 am#414410
כ"ק אדמו"ר מ'פאשקאן
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 10:22 pm#414731
נעגעל וואסער האט געשריבן:

אז דו גייסט קוקן אויף א שמעק פון שרייבן לאמיר דיר ערקלערן, אייוועלט איז מייסטנס גרוילהאפטיג און נאריש אבער איין מעלה האט עס אז עס איז אקטיוו... מי יתן והיה זאל קאווע שטיבל ווירבלען מיט הודעות אזוי ווי אייוועלט העמיר נישט זיצן דערויף, און יעצט צום פונקט, דער בילד פון פאשקאנע רבי שליט"א דא איז זייער שיין און עס איז מיר זייער בא'טעמ'ט פאר מיין אידישע נאציאנאליזם צו זען אז מענטשן וואקסן אויף אונז מ'האמיר אן אדמו"ר וואס ארבעט און דינט אין משטרה, למעשה... נישט פון אים און זיינס גלייכן האב איך גערעדט.
זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:37 am#414813
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

פארוואס קען נישט זיין דאס פארקערטע אויך? די יעניגע רבנים וואס האבן נישט קיין סמארטפון לעקן זיך צו די "פרומע עשירים" די וואס פאמפען די השומרים קארטלעך און די צאלן אויס זייערע חתונה מערכות?

סיי דארפן במילא נישט קיין סמארטפון איז וואס איז דער נסיון?
זונטאג אקטאבער 21, 2018 9:51 pm#414877
כ'בעט דיך ברחמים זאלסט מיר ביטע ברענגען א רב וואס הט נהנה געווען פון געלט פון א עושר וואס האלט פון השומרים אדער לפחות ברענג א עושר וואס האלט פון השומרים און זייערע אקטיוויטעטן, די רעדע איז פון א נארישע וויזשניצע אינגערמאן אינאיינעם מיט אן אומוואוסנדער בעל תשובה וואס מיינען אז זיי טוישן מציאות מיט זייערע זינלאזע קארטלעך און נארישע פי. אר. סך הכל איז עס א פראגע פון צייט ביז ווען די צוויי גייען טרעפן באשעפטיגונג און דאן גייט זיך דאס אויפהערן, נישטא קיין איין עושר וואס איז מיט זיי.
זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:05 pm#414886
זעהט אויס אז דו קענסט נישט ר' הערשל שרייבער.. (עכ"פ ווען השומרים האט זיך אנגעפאנגן).
וחוץ מזה די "אומוויסענדע" בע"ת (בנימין א.) איז א ספרדי פון ארגענטינע, און חלומות מיט דמיונות גייען ביינזאם ביי זיי..
זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:56 pm#414898
יין שרף האט געשריבן:זעהט אויס אז דו קענסט נישט ר' הערשל שרייבער.. (עכ"פ ווען השומרים האט זיך אנגעפאנגן).
וחוץ מזה די "אומוויסענדע" בע"ת (בנימין א.) איז א ספרדי פון ארגענטינע, און חלומות מיט דמיונות גייען ביינזאם ביי זיי..

ר' הערשל האט זיך שוין לאנג אפגעטיילט פון די עביוזערס און בנימין א. קען איך פערזענליך (ער האט מיר באשייגעצט אויף מיין 4G טעלעפאון אז איך בין עובר יעדע רגע אויף גילוי עריות, ווען כ'האב אים געגעבן א לענגערע הסבר האט ער איינגעמאכט און געסטאפט צו מאלן זיינע קאריקאטורן דערויף גראדע...) ער איז באמת א תמימות'דיגער און א וואוילער, ווען איך האב אים געזאגט ווייל מענטשן ווערן וויי געטאן דורך זיינע הענט האט ער געזאגט אז עס טוט אים זייער וויי און ער וועט מאכן זיכער נישט צו פובליצירן קיין אפענסיווע בילדער, וועסט זען יין שרף, ס'גייט זיך סטאפן.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:19 am#414921
יין שרף האט געשריבן:זעהט אויס אז דו קענסט נישט ר' הערשל שרייבער.. (עכ"פ ווען השומרים האט זיך אנגעפאנגן).
וחוץ מזה די "אומוויסענדע" בע"ת (בנימין א.) איז א ספרדי פון ארגענטינע, און חלומות מיט דמיונות גייען ביינזאם ביי זיי..

יין שרף: איך קען גוט ר' הערשל שרייבער. לויט ווי איך ווייס איז ער א איד מיט א סאך ישרות און קאממאן סענס. נאר ער האט אויך, מעגליך א פרומקייט שטריך. אדער האט ער סתם געוואלט שטיצן א פאר אידן בעלי דמיונות...!
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:11 am#417134
רב סורוצקין
פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 3:18 am#417206
מארמאראשער האט געשריבן:איינער האט רבי שמואל ניימאןס אימעיל עדרעס ?

איז שוין דא א אשכול פון אים ?

ניין and it's about time אז ס'זאל זיין אן אשכול איבער אים ער איז א דיין אפיציעל געהעריג אינעם סיסטעם און ער איז די איינצוגסטע וואס געטרויעט זיך געהעריג צו רעדן און האקן אויפן סיסטעם אויב נישט אין די שירות איז עס צווישן די שירות...

כה לחי הרב ניימאן!!
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:59 am#418093
כ'ווייס נישט וואס עס גיבט אים דער נאמען 'הרב' ווייל ער האט זיך דערקלערט אלס ספעציאליסט אין או. סי. די.? ער איז א טיפישער וויזשניץ מאנסיער חסיד אן קיין איבריג טיפע מח.

סעווערעל משפחות האט ער צוטיילט מיט זיין איינגערעדטע פיקחות אבער עס איז נישט פאר יעצט צו דיסקוסירן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 6:59 am#418096
העי, אונז האבן שוין ענדליך קוים מיט צרות געטראפן איין העלד אין כלל ישראל, נעם אים נישט אוועק אזוי שנעל...
מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 10:23 pm#418220
מאך זיכער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס עס גיבט אים דער נאמען 'הרב' ווייל ער האט זיך דערקלערט אלס ספעציאליסט אין או. סי. די.? ער איז א טיפישער וויזשניץ מאנסיער חסיד אן קיין איבריג טיפע מח.

סעווערעל משפחות האט ער צוטיילט מיט זיין איינגערעדטע פיקחות אבער עס איז נישט פאר יעצט צו דיסקוסירן.

מאך זיכער...

מאך זיכער פאר די רעדסט. ער איז א מורה הוראה מובהק און מרביץ תורה ברבים שוין צענדליגער יאר, מחבר געווען גאר אסאך ספרים בכל מקצועות התורה, און געווען אן אנגענומענע פאבליק פיגור נאך פאר די האסט געוויסט וואס ocd מיינט בכלל.

אייביג וועט זיין ביי דיינים איין צד וואס וועט ארויס גיין אומצופרודען.

און וואס מיינט "א טיפישער וויזשניץ מאנסיער חסיד אן קיין איביריגער טיפע מח"?, ביסט א "פאפא'נער קוה"?

ראסיסט.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:17 am#418251
ניין איך האב זיכער געמאכט, איך ווייס פון עטליכע פרשיות וואו ער האט געהאנדלט מיט זיין אייגענע עגא אן אריינטראכן אין קיין איין צד, כ'האב שוין אסאך פארברענגט מיט אים און קיין גדלות זעה איך נישט, אין או. סי. די. האט ער אויך א קנאפע אחוזה, ער איז קיין ספעציאליסט נישט.

און יא, קענסט מיר רופן ראסיסט אבער איך גלייב אז אין א מענטש'ס אפשטאם שטעקט א גרויסער טייל פון זיין מהלך המחשבה און דא רעד מיר אונז פון א מארמאראשער אקס.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:15 pm#418289
מאך זיכער האט געשריבן:ניין איך האב זיכער געמאכט, איך ווייס פון עטליכע פרשיות וואו ער האט געהאנדלט מיט זיין אייגענע עגא אן אריינטראכן אין קיין איין צד, כ'האב שוין אסאך פארברענגט מיט אים און קיין גדלות זעה איך נישט, אין או. סי. די. האט ער אויך א קנאפע אחוזה, ער איז קיין ספעציאליסט נישט.

און יא, קענסט מיר רופן ראסיסט אבער איך גלייב
אז אין א מענטש'ס אפשטאם שטעקט א גרויסער טייל פון זיין מהלך המחשבה און דא רעד מיר אונז פון א מארמאראשער אקס.

איה"נ אז א מענטש'נס אפשטאם איז א וויכטיגע עלעמענט אין זיין גאנג, אבער נישט דאס מאכט דיך א ראסיסט, נאר אז די נעמט דאס א טריט ווייטער אראפ צו ברענגען און דערנידערען עם מיט זיין ראסע ביסטו אן אויסגעשפראכענער ראסיסט, וכבר קדמוך הצורר הידוע לשמצה ימ"ש...
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 5:23 pm#418409
איך פערזענליך זעה נישט וואו דאס ראסיזם שטעקט אין מיין סטעיטמענט, אז איך זאג אז א מענטש איז שווארץ האב איך זיך גרעסער געמאכט איבער אים? איך זאג מציאות און פערטיג.

אבער אויב איז דאס ראסיזם איז אתה בחרתנו מכל העמים פריער אויפן ליסטע.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:54 am#418442
מאך זיכער האט געשריבן:איך פערזענליך זעה נישט וואו דאס ראסיזם שטעקט אין מיין סטעיטמענט, אז איך זאג אז א מענטש איז שווארץ האב איך זיך גרעסער געמאכט איבער אים? איך זאג מציאות און פערטיג.

אבער אויב איז דאס ראסיזם איז אתה בחרתנו מכל העמים פריער אויפן ליסטע.

ליין איבער וואס כ'האב געשריבן. אויב מען שטעלט סתם אוועק פאקטען איז נישט קיין ראסיזם, דער באשעפער איז אויך נישט קיין ראסיסט פאר אוועקשטעלען פארשידענע באשעפענישן.

אבער דער מהלך וואס די האסט גענומען איז צו נעמען די פאקטישע ענדערינגען און מיט דעם אראפ קלאפן א ראסע און זיי צו באשמיצען אלס א מין משונה.

מער קען מען נישט אויפווייזן ווי בלויז אנצייכענען אז דאס איז קלאסישע ראסיזם.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 4:19 am#418449
טאקע דערפאר האב איך דיר געשריבן אז אויב ווילסטו עס רופן ראסיזם דאן רוף עס ראסיזם.

אבי דו לייקנסט נישט די פאקט אז עס איז אנמערקבאר א מענטשנס אפשטאם אויף זיין פירונג און שכל, אז כ'וועל זאגן אז א קוה איז א קוה און ער האט נישט קיין שכל איס עס אויך קלאסישע ראסיזם לדבריך?

און אנטשולדיגט אויב איך האב דיר וויי געטון, ווייסטעך קאווע שטיבל איז געמאכט זיך אויסצולופטערן און צו קלארשטעלן.
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:58 pm#437724
מאך זיכער האט געשריבן:טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

און איך ווייס אויף זעכער אז ער האט אלץ א סמארט פאון אין טאש, און האט א קאמפיוטער אין ספרים שטוב
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 5:33 am#437730
.