פארומס › איזראעלי ראק-סטאר אביב גפן

איזראעלי ראק-סטאר אביב גפן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12614
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:52 am#414073
אויב זענט איר א ראק ליבהאבער און שטיצער וועט איר אוודאי וויסן צו זאגן פון אים, א רעוואלוציאנער פון די ערשטע קלאס, האט אנגעדרייט ריזיגע מהפיכות אין מדינת ישראל, ער האט געשטיצט די הומו-סעקסואלע באוועגונג אין לאנד און אויסגעפירט מיט סוקסעס און האט באקומען דאזעס פון ליבשאפט ביים פרעמיער יצחק ראבין הי"ד.

אביב גפן, א זון פון יונתן און נורית גפן איז געבוירן געווארן אום מאי דעם צענטן 1973, ביי די עלף יאר האט ער אינאיינעם געשריבן און ארויסגעגעבן א לידל "כולך בת ארבעים" מיט זיין שוועסטער שירה גפן, די ליד איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן און דאס לאנד האט אנגעהויבן געוואויר ווערן ווער עס וואקסט דא אונטער, ביי די אכצן יאר האט ער ארויסגעגעבן אן אלבום מיטן נאמען "אור הירח" וועלכע איז געווארן אויפגעכאפט ביי אלע אין לאנד.

אין 1992 האט גפן ביי א ריזיגער קאנצערט אויסגערופן און קלארגעשטעלט אז ער נעמט אן די לינקע באוועגונג און ער שטעלט זיך נישט אין מיליטער, אלע פאליטיקאנטן זענען ארויס קעגן זיין רוף אבער פילע האבן אין אים געזען זייער מיינונגס ארויסגעבער און האבן אנגענומען זיין שטעלונג, ביי זיין צווייטן אלבום "עכשיו מעונן" וועלכע האט אים געקרוינט אלס זמר השנה האט ער ארויסגעגעבן זיינע פאליטישע שטעלונגען און ווי אויך גערעדט א ברייטע שפראך נישט זיך קימערנדיג מיט קיינעם, ער איז א פארווייטאגט קינד און זיינע ניגונים ברענגען ארויס געפילן פון איינזאמקייט און אומבאהאלפנקייט.

ער איז אזוי ערנסט מיט זיינע רייד און לידער אז טיילמאל ווען ער זינגט איבער פאליטיק ווערט ער אזוי אין כעס אזש ער צושיסט זיין גיטאר אויפן פאדיום.

מיט די יארן האט ער אראפגעשניטן זיינע לאנגע האר און אויסגעטאן די הומו-סעקסואלע בגדים און געווארן א נארמאלער מענטש, דאס הייסט ער שטיצט מער נישט קיינע דראגס און געי מעריזש, אבער ער זינגט נאך מיט די זעלבע ווייטאג און נאך סאך מער געפיל מיט זיך, ער איז היינט אן אפיציעלער זינגער פאר בלעקפיעלד אין אייראפע, ער האט חתונה געהאט און האט צוויי אינגלעך.

ער האלט זיך פאר אן אטאיסט אבער לויט ווי פארשטייער געבן אן מוטשעט ער זיך ארום און ער וויל ווערן א דתי, דאס קומט נאכדעם וואס זיין נאנטע חבר אביתר בנאי פון די לעגענדארע בנאי פאמיליע אין איזראעל האט תשובה געטאן אינאיינעם מיט זיין משפחה און זאגט זיך אפ פון קומען אויפטרעטן שבת, די פריינטשאפט גייט נאך אן אבער אביתר אנטזאגט זיך צו זינגען לידער וואס רעדן זיך פון ליבע.

ער איז באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכענע האס צו די גאנצע סאציאלע מידיא אדער ווי ער רופט עס די עולם הסלפיים, ער איז בעיקר אקטיוו אויף טוויטער און לעצטנס אביסעלע אויף אינסטעגראם.

זייענדיג א מענטאר אין The Voice Of Israel פלעגט ער האלטן אין איין אראפרייסן די מזרח'דיגע מוזיק און דאס האט זייער געבאדערט פאר אייל גולן וועלכע האט אנגעהויבן א קאמף מיט אביב אויף סאציאלע מידיא און די מדינה האט אנגעהויבן רודערן, עטליכע געלונגענע לייט אינאיינעם מיטן פאפ סטאר מירי מסיקה האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און פארוואנדלט די זינלאזע קריג אין א ריאליטי שאו וועלכע האט געצויגן מיליאנער צוקוקער פון לאנד מיטן נאמען אביב או אייל, די געווינערין איז געווען א פרומע מיידל מצדה פון אייל'ס גרופע אבער אביב האט אויך ארויפגעברענגט ריזיגע שטערנס א שטייגער ווי דער פראנצויזישער נועם בטן וועלכער האט איבערגענומען די במה פונקט ווי זיין מענטאר אביב.

בעז"ה וועל איך ארויפלייגן דא עטליכע לינקס צו זיינע ניגונים.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:54 am#414074
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:55 am#414075
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:57 am#414077
בילד
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:58 am#414078
בילד
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:46 pm#414095
בילדער קוומען נישט ארויף
שלום עליכם @מאך זיכער זעסט אויס צי זיין א געשמאקע אינגערמאן און א געשמאקע שרייבער
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:51 pm#414120
וויאזוי לייג איך ארויף א בילד?
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 1:28 pm#464279
מאך זיכער
דורכאויס די קאראנע וויירוס אויסברוך איבער די וועלט איז אביב גפן געווארן אנטשלאסן אז ער וועט מאכן זיכער אז עס זאל שוין מער נישט זיין קיין פירוד לבבות צווישן חרדים און חילונים.

ער האט אסאך גערעדט דערוועגן, אין דעם קומענדיגן זונטאג גרייט ער זיך ארויסצוגעבן א לידל אינאיינעם מיט אברהם פריד אויף צו סימבאליזירן די אחדות.

ווי הערט מען/זעהט מען זיין גערעדעכטצער? ברענג ביטע עטליכע דירעקטע לינק'ס... (נישט בלויז YouTube קליפס)
זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:11 am#464347
מאך זיכער
דורכאויס די קאראנע וויירוס אויסברוך איבער די וועלט איז אביב גפן געווארן אנטשלאסן אז ער וועט מאכן זיכער אז עס זאל שוין מער נישט זיין קיין פירוד לבבות צווישן חרדים און חילונים.

ער האט אסאך גערעדט דערוועגן, אין דעם קומענדיגן זונטאג גרייט ער זיך ארויסצוגעבן א לידל אינאיינעם מיט אברהם פריד אויף צו סימבאליזירן די אחדות.

דא קען מען הערן די ניגון.
זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:50 am#464355
<a class="postlink" href="https://t.me/MusicOnTime/12890">https://t.me/MusicOnTime/12890</a>
📎 F2F2AF3E-9144-4F9D-8AC9-28FABF6F1845.jpeg