Under maintenance
הויפט זייט » עמעזאן Monopoly

עמעזאן Monopoly

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12617
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:48 am#414168
עמעזאן Monopoly
איך האלט שוין לאנג אז עס איז צייט צו צוברעכן דער ריז אויף קלענערע קאמפאניס. קיינער טאקע פרעגט מיר נישט אבער איך האב געוואוסט אז עס מוז זיין נאך מענטשן וואס האלטן אזוי ווי מיר. ענדליך הערט מען שוין שטימעס וואס טראגן מער געוויכט פון דער גראף'ס שטימע און אפשר טאקע ווארט פרעזידענט טראמפ זאל מאריך ימים זיין אויף מער מענטשן וואס זאלן שטעלן א ווידערשטאנד קעגן דעם פיראט זשעף בעזאס.

m https://nypost.com/2018/10/09/break-up- ... o-america/ m

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:13 am#414169
לדעתי איז דאס דער עיקר סיבה פארוואס די וואשינגטאן פאסט האסט אזוי טראמפ. איטס אלל אבאוט ביזנעס. ס'איז דא א ערנסטע מלחמה צווישן טראמפ און בעזאס.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:31 am#414170
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די סוגיא, אבער אויבנאויף זעט מיר אויס אז עמעזאן שטייט בעיקר אין וועג פאר די גרויסע קאמפאניס, נישט אזוי ווייט פאר קליינע ביזנעסער. פאקטיש איז עמעזאן נישט ממש נאר א ריוח פאר בעזאס, פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.
און אויף די גרויסע קאמפאניס איז דאך געווען א גרויסע וויי געשריי לכתחלה אז זיי נעמען צו די פרנסה פון די קלענערע לאקאלע סטארס, מ'האט זיי דאך געגעבן די "קליינע ביזנעס זונטאג" טאג זיי צו ווארפן א ביינדל און בארואיגן, איז געקומען עמעזאן און געמאכט א צד השוה אז ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה, די פריוואטע מענטשן און די קליינע סטארס זאלן אויך קענען פארקויפן דורך זיי, און ביידע וועלן פארדינען.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:08 am#414177
גיי פרעג די קליינע ביזנעסעס וואס פארקויפן אויף אמאזאן, ווייסט הערן א גאנץ אנדערע געשיכטע. זיי האבן זיך אריינגעשטעלט אלץ די גרעסטע מארקעט און פלאטפארמע אין אמעריקע פאר פראדוקטן, און איינמאל זיי האבן זיך איינגעשטעלט אלץ א מאנאפאל האבן זיי ארויסגעלייגט די אלע קליינע ביזנעסער אויפן גאס.......
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:09 am#414178
בנימין האט געשריבן:פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.


m https://www.google.com/search?q=amazon+ ... e&ie=UTF-8 m
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:11 am#414179
[
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:23 pm#414189
כ'האב רעגיסטרירט א דאמעין און אביסל געפירקלט אבער איך קלער אויב די גרויסע נעמען זיך צוזאם מיט א קריעטיוו סאציאלן קאמפיין צו מסביר זיין אז לאנגן טערמין איז עמעזאן נישט אין בעסטן אינטערעס פון קיינעם ווען לייגן דרוק אויף געזעץ געבער צו האלטן דעם מאפיאנער ביזאס אין די ראמען. כ'האב נישט קיין צייט צו טוהן סתם אויפגעסעט פאר פאן, אפשר וועט וואלמארט אינוועסטן אין מיר: m http://rejectamazon.com m
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:31 pm#414198
די אמאליגע אפענע אינטערנעט איז היינט קאנטראלירט און מאנאפאלירט דורך א קארטעל פון אפאר מעגא פירמעס וואס קומען זיך זייער גוט אדורך, און ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט פארשפראכן איינער פאר די אנדערע נישט צו טרעטן אויף די אנדערע'ס פיס. גוגל האט זיך ארויסגעלאזט פון פראדוקטן, אמאזאן האט זיך נישט אריינגעלאזט אין סוירטש, און די אנדערע האבן געלאזט פעיסבוק האבן זייער חלק, און זינט דאן האבן זיי פיין גע'טייטנ'ט די שרויפן אויף אינטערנעט פרייהייט. קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ............ ס'נישט די זעלבע אינטערנעט פון צעהן יאהר צוריק.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:44 pm#414200
איינס

צוויי

דריי

פיהר

פינעף

זעקס. דאס האט מיר פערזענליך שטארק פארדראסן.

זיבן

אכט

ניין

ועוד ועוד.........
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:07 pm#414206
אמאזאן איז גרױס נישט נאר אין פארקויפן. טאמער מען צוטיילט זיי, רעדט מען פין אנטיילען די פארקויפן זאכן אויף די מארקעט צו איין ביזנעס, די ווידעאס איינס, די וועב האסטונג נאך איינס וכו'. די צײטונג נאך איינס. דאס אז זיי לאזן קליינע מענטשן מאכן אפאר דאלאר האט גארנישט מיט דער פאקט אז זיי זענען צו גרויס אין צופיל מארקעטס.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 3:31 pm#414212
קורקלענד האט געשריבן:קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ

?what about walmart
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 4:17 pm#414214
די ציבור קען זיך נישט פארלאזן אויף די פארנאכלעסיקייט פון איין פירמע אז ס'זאל סערווירן אלס א איינגערעדטע לעזונג פאר א ערנסטע פראבלעם. ס'איז פיהל וויכטיקער אז מערערע זאל האבן אייניגע אפערטוניטי. קען זיין אז וואל-מארט וועט עווענטועל לייגן אמאזאן אין פלאץ, אבער אדערוויילע טוהן זיי זייער א שוואכע ארבעט.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:47 pm#414244
Re: עמעזאן Monopoly
ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
m https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210 m ?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:25 am#414261
החוקר האט געשריבן:ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210?


נע ברינג איט אן. וואלט געברענגט פאבליסטי פאר א גארנישט. זעסט כ'האב א פראוני אנשטאט די סמיילי, נישט זייער לאגא, וועל מיר זיך שלאגן אין געריכט אויב פעלט אויס.