Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?

פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12625
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:33 pm#414296
פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?
אז מ'קוקט אויף די פרייזן פון דער בלאט זעהט מען אז אין נ''י קאסט עס 3 דאללער, און אין קענעדע 2 קאנעדישע דאללער, וואס קומט אויס בערך 1.50 אמעריקאנע געלט. וואס איז פשט אז דער בלאט פארקויפט זיך פאר האלב פרייז פון די פרייז אין נ''י ווי ס'ווערט געדריקט?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:36 pm#414297
אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:40 pm#414299
וואס איז דאס דער בלאט? עפעס ווי דער וועקער?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:52 pm#414338
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס איז דאס דער בלאט? עפעס ווי דער וועקער?

עטליכע שרייבערס וואס זייערע ארטיקלן זענען נישט אנגענומען געווארן אין די וועקער האבן געעפנט אליין.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:57 pm#414340
חת"ם סופר: איבער דיין פתיחת האשכול, מייניך אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל דער קענעדישער דאללאר איז ..."פרי פלאוטינג". און ביים יעצטיגן מאמענט איז ער ווערט מער ווי דער אמעריקאנער דאללער...!
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:00 pm#414341
חתם סופר האט געשריבן:אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.

חת"ם סופר: די פעסא/ס איז די וואלוטע פון די שכינות'דיגע מדינה אורוגוויי. וואס איז טאקע נישט ווערט מער ווי א שטיקל אשר יצר פאפיר. אבער די ארגענטינער פעסא (אדער פעסעטא) איז גאנץ א גוטע ווערטפולע מטבע...!
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:42 pm#414344
berlbalaguleh האט געשריבן:חת"ם סופר: איבער דיין פתיחת האשכול, מייניך אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל דער קענעדישער דאללאר איז ..."פרי פלאוטינג". און ביים יעצטיגן מאמענט איז ער ווערט מער ווי דער אמעריקאנער דאללער...!

כ'ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיין אינפארמעישן. גוגל זאגט אז א קאנעדישע דאללער איז ווערד 77 סענט. אין די לעצטע 5 יאר איז עס קיינמאל נישט געווען מער ווי א אמעריקאנע דאללער.
קאוד: וועל אויס אלע
1 Canadian Dollar equals
0.77 United States Dollar
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:43 pm#414345
berlbalaguleh האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.

חת"ם סופר: די פעסא/ס איז די וואלוטע פון די שכינות'דיגע מדינה אורוגוויי. וואס איז טאקע נישט ווערט מער ווי א שטיקל אשר יצר פאפיר. אבער די ארגענטינער פעסא (אדער פעסעטא) איז גאנץ א גוטע ווערטפולע מטבע...!

נאכאמאל, כ'ווייס נישט פון ווי די די נעמסט דיין אינפארמעישן. לויט גוגל אין א ארגענטינע פעסאו ווערד ווייניגער פון דריי סענט אין אמעריקא.
קאוד: וועל אויס אלע
1 Argentine Peso equals
0.027 United States Dollar
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:09 pm#414356
חת"ם סופר: איך האב טאקע נישט אפדעיעטד מיין אינפארמעישן מיט די לעצטע נייעס. אויב אזוי איז טאקע שווער א קשיא...!
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 2:53 am#414359
פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?
נישט געכאפט ביז היינט, גיימער מאפען קיין קענדע
זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:35 pm#414435
בעסער קיין ארגענטינע
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:50 pm#414496
Re: פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?
די בלאט קאסט ביליגער אין קענאדא ווייל זיי באקומען עס א וואך שפעט די לעפט אויווער.

אין דערנאך אויב סאיז נאך דא פארט עס קיין ארגעטינע!