Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » בית מדרש עיון למחשבה

בית מדרש עיון למחשבה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 118 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12629
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:08 pm#414510
בית מדרש עיון למחשבה
עפענט זיך א נייער זאך, דאס איז א בית מדרש ווי מען וועט לערנען די נושאים פון העמק דבר בעיון פונקט אזויווי מען לערנט יעדער סוגיא אין נגלה בעיון אין ישיבות.

דאס איז געאייגענט פאר אינגעלייט וואס קענען לערנען א בלאט גמרא, און האבען שוין אביסעל געלערנט די עניינים און האלטן ביים דאס לערנען בעיון בחבורה.

פאלגנד זענען די פרטים:


בילד

בילד


בילד
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:15 pm#414511
איך האף אז די כולל וועט פאבליצירען עפעס א קובץ אדער גליון, פון פרי עמלם פון די כולל יונגעלייט, אז דו וואס קענען זיך נישט באטייליגען בגוף זאלען אויך נהנה זיין
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:16 pm#414512
איך בין אין פאר מאנסי. אבער אן קיין התחייבות נאר אלס א שיעור כללי יעדער ליל שישי אדער ווען. איך גיי מיך נישט צוריק זעצן אין כולל
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:17 am#414519
האפענטליך וועט זיין טעימה קלה אין לויף פון די "דריי שעה".
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:15 am#414522
איך זעה דו האסט מער אינזין בשרי ווי לבי..
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:57 am#414524
וסעדו ''לבכם''
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:22 am#414531
ליפא האט געשריבן:וסעדו ''לבכם''

זהו רק בפת, עיין רש"י שם
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 3:16 pm#414541
Re: בית מדרש עיון למחשבה
גלגול הרמח"ל.
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:18 pm#414542
אינטערסאנט, ער איז אויך א סלובודקענער
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:35 pm#414562
איש חזון האט געשריבן:אינטערסאנט, ער איז אויך א סלובודקענער



איך ווייס נישט וואס נאך דער קאנעקשין איז, אבער דער סלאבאדקע מהלך פון לערנען 'סוגיות' איז א גרויסע אינספיראציע אויף וויאזוי איך שטעל אויס דער לימוד דא.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:07 pm#415356
נו, דער עולם איז ביים שיעור? שיקט'ס א באריכט פאר די וואס זענען דא געבליבן.
דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 12:04 pm#416280
שיעור אין מאנסי הייבט זיך אן בס"ד נעקסטע וואך.

דער מאנסיער עולם זאל זיך שוין איינשרייבען..
דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 12:08 pm#416281
וואס איז מיט א לאקאל און עירנו לעיקוואד ?
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:53 am#416754
דא קען מען זעהן דער שיעור פתיחה

[youtube]https://youtu.be/RGXxe8mRo9w[/youtube]
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:47 pm#416808
ATUB @לעיקוואד ATUB דאס געזען ונהנתי מאד.
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 3:41 pm#416815
לעיקוואד האט געשריבן:דא קען מען זעהן דער שיעור פתיחה

[youtube]https://youtu.be/RGXxe8mRo9w[/youtube]

regarding 1:09

קוק אריין אין הקדמה פון מסילת ישרים צו מדרש רבה (איך קען עס נישט טרעפן אויף די מינוט אויף היברו בוקס) וואס ער איז מסביר וואס אגדה איז
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:49 am#419410
בילד
דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:19 am#424293
בילד
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:32 pm#437995
גדליה האט געשריבן:איך האף אז די כולל וועט פאבליצירען עפעס א קובץ אדער גליון, פון פרי עמלם פון די כולל יונגעלייט, אז דו וואס קענען זיך נישט באטייליגען בגוף זאלען אויך נהנה זיין


בע"ה קומט ארויס יעדער וואך אן אימעיל, ווער עס וויל עס קען זיך איינשרייבען דא eepurl.com/gHKbNj


דרך אגב איז דא יעצט א וועכנטליכע שיעור אין ספר הזוהר אויף די פרשה אין יוטוב אדער אויף פאדקאסט

דא איז די היינטיגע שיעור אויף פרשת לך לך
פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:34 pm#438005
ר' יצחק'ס שיעורים זענען כמים קרים על נפש עייפה, מיט א זעלטענע בהירות און געשמאק אויף עניני פרשת השבוע וועלכע דעקט סיי דער חלק המחשבה און סיי, בעקיפין, דער חלק העבודה וואס א מענטש קען אריינברענגען אין זיין פאקטישן לעבן.
די אייגנארטיגקייט פון ר' יצחק'ס שיעורים איז אז ס'איז מקשר מח ולב, סיי ס'איז טיפזיניג מיט חידושים וואס דער שכל איז נהנה און פראוואקירט דעם געדאנקענגאנג פון א מענטשן, אבער גלייכצייטיג איז עס אויך ספירטועל און מלהיב דעם לב פאר א לעבן פון העכערס און עבודה.
אויב קומט אייך פון די נאז די גאנצע רייע פון היינטיגע מגידי זמנינו וואס זענען בעיסיקלי טשאדעלע באדעלע, קענט איר פרובירן הערן ר' יצחק'ס וועכנטליכע שיעורים פאר אן אלטערנאטיוו.
פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:17 pm#438014
גא"מ מצטרף להנ"ל. אויך די וועכנטליכע שיעורים וואס ער גיבט במסגרת זיין בית המדרש עיון למחשבה זענען אויסערגעווענטליך אינטערעסאנט און געוואלדיג.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:05 pm#438488
א יישר כח @כוכב און @הוגה פאר די ווארעמע מכתבי המלצה :)

די וואך האבן מיר אין דער ווידאו ארומגערעדט וועגן דער חידוש פון אברהם אבינו אז ער האט געזעהן גאט און נישט נאר געהערט זיינע רייד ווי אדם און נח, וואס דאס מיינט על פי פשט און על פי קבלה.

זוהר וירא - הניצנים נראו בארץ

אין די מאמר ארומגעשיקט אין אימעיל האבן מיר מסביר געווען א מחלוקת צווישען דער חובות הלבבות און רמב"ם, און רבי יצחק דמן עכו, אויב די פלפולים און שקלא וטריא אין די גמרא זענען אן ענין לשם עצמם אדער זענען זיי נאר א היכי תימצי צו וויסען די הלכה און אז מען ווייסט די הלכה דארף מען שוין נישט די שקלא וטריא.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:02 pm#438924
זוהר חיי שרה - ויהיו חיי שרה

אין דער שמועס ווערט ארומגערעדט דער ענין פון 'ויהיו חיי שרה', וואס שרה אמנו איז די איינציסטע פרוי אין די תורה וואס עס שטייט אויף איר אזא לשון, און וואס דאס מיינט.

אין דער אימעיל האבן מיר ווייטער מסביר געווען דער מחלוקת חובות הלבבות מיט אנדערע אויב איז עס דא א תועלת עוסק צו זיין אין ווייטע היכי תימצי'ס אין גמרא און הלכה, און פארוואס טרעפן מיר אמאל גאר מאדנע פראגעס אין די גמרא. מיר האבען צוגעברענגט פארשידענע מראי מקומות וועגן דעם און געוויזען א יסודות'דיגע מחלוקת אין דער ענין.
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:20 am#440135
https://www.youtube.com/watch?v=CyX7AhRfHm8&feature=youtu.be
היינט איז געווען א זייער אינטרעסאנטע שמועס וועגן וויאזוי צו זיין א צדיק, און וויאזוי צו זיין א פילאסאף און נישט אנהאלטן דעות קדומות..

אויך איז ארויס א קונטרס אויף חנוכה אינהאלטנדיג א שיעור פון עיון למחשבה, וואס מען קען באקומען אויפ'ן אימייל.
זונטאג דעצעמבער 22, 2019 11:14 am#440179
ייש"כ כ'האב זייער הנאה געהאט פון דעם שיעור אויף רבות רעות צדיק! באמת צוריק גלאט געמאכט פשוטע ווערטער פון צדיקים, דהיינו במשך הדורות איז עס געווארען אזא חיזוק ניגון: אז די אייבישטער האט הנאה ווען א יוד פלאגט זיך וכו' ואדם לעמל יולד וכו' און נישט ווערען צובראכען פון נסיונות וכו' וכו' נסיון מלשון נס ווערן דערהויבן און אזוי ווייטער... און די האסט עס צוריק אויסגעגראדט און די האסט עס צוריק געברענגט פאר'ן עולם זייער אמת'דיג גלאט און גראד און למעשה'דיג, כה לחי!

צוויי קליינע הערות:
א' דאס וואס די זאגסט וועגן געבוירן ווערן אויפן בארג, אז ס'איז לא היה ולא נברא, איז לכאו' אפי' נישט ניתן לויכוח אז ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן ריינער לויטערע ווי אנדערע, כ'מיין נישט די שקר פון זיך שאקלען ביי א רבי וואס לא קרא ולא שנה וכו' און האט נישט געארבעט אויף זיך, און איז איין שטיק זיך, מיט מיך, און מידות רעות וכו', און ווען מ'פרעגט די חסידים וואס איז די רבי? הייבט מען אויף די אויגן, ביז מ'זעט נאר נאר דאס ווייסיכעל פונעם אייגעלע, און ער ענטפערט מיט אזא תמיהה! היתכן פרעגסט אויף רבי'ן ער איז דאך דעם אלטען רבינ'ס זוהן ער איז דאך געבוירען אויפען בארג! ניין נישט דאס מיין איך! נאר ס'איז אוודאי דא א מושג פון א מענטש וואס ווערט געבוירען מער ריין העכער און לויטערע, והלא עינינו רואות ס'דא מענטשען וואס מוטשען זיך ווייניגער מיט קנאה אדער תאוה און כבוד מ'זעט זיי זענען מער ריין לכתחילה, אפשר און שפראך פון ארי"הק האט עס צוטוהן מיט נשמת קין און נשמת הבל, משה רבינו איז נתמלא געווארען הבית מלא אורה מיינט אזא סארט ריינקייט און ענוה וואס איז מיטגעקומען, און מבשרי אחזה יעדער קען זען ארום זיך מענטשען וואס האבן נישט געארבעט אויף זיך, און איינער קען נישט -אפי' ווען ער וויל- ווייטוהן א צווייטען, און אנדערע מענטשן האבן אהנאה צו זעהן ל"ע ווי איינער צאפל'ט זיך, ס'דא מענטשן וואס פלאגן זיך מיט נסיונות נישט צו באגנב'ן א צווייטן און אנדערע קאנען נישט צורירן יענעמ'ס א פרוטה אהן ארבעטן אויף זיך, ער פארשטייט און ער פילט מיט א פשטות ווי קאן מען צורירן יענעמס א זאך? איז ס'איז ביי איהם בכלל נישט קיין נסיון יענעם צו באגנבנ'ן, און אזוי ווייטער און ווייטער דאס מיינט מער ריין און יודיש "געבוירען אויפען בארג".

ב' כ'האב נישט פארשטאנען די נקודה אז מ'האט נישט וואס צו טוהן א שמו"ע ווען נישט מחשבות זרות, ס'איז געווען א דזאוק? שטעל דיר פאר די תענוג וואס א מענטש האט און א גוטע מינוט ווען ער קען רעדן מיט'ן אייבירשטען כדבר איש אל רעהו, ווי אזוי פילט ער ביי לכה דודי, אדער נשמת, אדער ביי הלל מיט די מינים וכו' יום קדוש ביי כל נדרי אדער נעילה, פסח ביים סדר, שבועות ביי הקדמות כו' גוטע מצבים ווען ער דארף זיך נישט שלאגן אויף צו פארגעסן ווי און פאר וועם ער שטייט? סך הכל וואלט א מענטש געוואלט אלעמאל זיין אזוי! סאו וואס האסטו געמיינט צו זאגן וואס וועט ער טוהן ווען ער וועט נישט דארפן זיך שלאגן מיט מחשבות זרות? די תשובה איז פשוט ענדזשויען, כ'מיין ווען א חסיד איז געקומען צום רבי'ן בעטן אז ער דארף א עצה פאר מחשבות זרות האט ער געמיינט צו זאגן ער וויל ס'זאל אים זיין גוט לכתחילה און קענען גרינג קאנעקטן צו גאט, אדרבא דאס וואס אונז קוקן אויף צדיקים איז די גלאטקייט דאס רעדן צום אייבירשטען אלעמאל כבן המתחטא לפני אביו שבשמים אא"וו, אדער זייער ריינקייט פון אונטרעסען נגיעות און דאס פארגינען יענעם אפי' א שונא דאס לייכטקייט פון מוחל זיין על עלבונו אזוי ווייטער...

ווי קען מען באקומען די קונ' אויף חנוכה?
זונטאג דעצעמבער 22, 2019 9:22 pm#440195
בית מדרש עיון למחשבה
בנוגע דיין ערשטע הערה, זאגט דער מו״נ (ח״א פל״ד, בסיבה רביעית) ענליך. אבער (ווי איך פארשטיי) וואס ר׳ יצחק מיינט אין די קאנטעקסט איז אז יעדע מענטש, אפילו די מיט די גאר גוטע תכונות הנפש וכו׳, איז למעשה זיין חלק הבהמי/החומרי, דער יצה״ר, דארט נאך פריער אלס דעה קדומה.

ועוד אז דארט אין מו״נ איז אויך אפשר משמע (מ׳קען דאס אריינלערנען אין סיבה שנית) אז אפילו די געלונגענע וואס ווערן געבוירן מיט די גוטע און ריכטיגע תכונות הנפש במדות ובשכל דארפן זיך דאך אויסארבעטן דעם אינטעלעקט (לאט) אנצוקומען צום שלימות, מכח אל הפועל ע״ש. אין אנדערע ווערטער, אויסצוארבעטן/ארויסצוארבעטן די סכליות, וואס דאס איז דאך דער יצה״ר וכדברי ר׳ יצחק בריש השיעור.

ובנוגע דיין צווייטע הערה, אז מ׳דערמאנט דעם מו״נ, איז לעיל שם בפל״א לייגט ער צו די סיבה פון הרגל (וואס ר׳ יצחק דערמאנט צום סוף פונ׳ם שיעור) צו די דריי סיבות פון אלכסנדר הפרדוסי [מאפרודיזיאס] וואס שטערן דעם מענטש אנצוקומען צום אמת/תכלית. ער גיבט א משל אז עד כדי כך אז דער פויער האט ניטאמאל א געהעריגע רצון זיך צו באדן, זיך צו באשמירן מיט בשמים, גיין מיט באקוועמע פיינע קליידער וכו׳ כדרך הנגידים. דאס איז אלס מכח זיין רגילות ע״ש.

דאס מיין איך פארענטפערט דיין צווייטע הערה. דהיינו, אז ר׳ יצחק רעדט (ווי אזוי איך פארשטיי) פון איינער וואס ווייסט נישט מער פון דעם ״קאנצעפט״ פון נישט האבן מחשבות זרות אינמיטן דאווענען און אז ס׳איז (אים אין א וועג) א(ן אבסטראקטע) מדריגה וואס ער דארף משתוקק זיין דערצו וכו׳, אבער ער האט עס למעשה נאך נישט (געהעריג) טועם געווען מחמת הרגלו; ער איז (בעיסיקעלי) אזוי ווי דער פויער און בן כפר פונ׳ם רמב״ם׳ס משל. דו רעדסט פון איינער וואס האט דאס שוין טועם געווען. נו, איז ער דאך שוין אמאל געווען א ״נגיד״, און זיין הרגלות איז נישט אזוי ווייט אויף פארקערט.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 4:16 pm#440232
א גוטן הרב @האיש משה,

על אחרון ראשון, דער אימעיל קען מען זיך איינשרייבען דא, ווער עס שרייבט זיך איין די וואך וועט נאך באקומען די חנוכה קונטרס אויך.

בנוגע די ערשטע שאלה, איך האב אויך הנאה געהאט וואס הרב @מי אני פארענטפערט מיר, און נאך מיט מראי מקומות פון מורה נבוכים.. אוודאי איז ער גערעכט, לאמיר נאר נאך קלארער מאכן.

אגב טאקע שבת האב איך געשמועסט מיט א איד א תלמיד חכם וועגן דער ווארט פון געבוירען אויפ'ן בארג און איך האב דאס מזלזל געווען, האט ער געזאגט אז דאס איז דאך אוודאי אמת אז עס זענען דא חילוקים צווישען מענטשען סיי מצד זייער נאטור, אז איינער האט בעסערע כשרונות אדער מידות טובות בטבעו, און סיי מצד דער חנוך איז דאך אינו דומה ווען איינער וואקסט אויף אין א סביבה וואס איז בעסער וכדומה.

דאס איז אוודאי אמת, אבער דאס רירט נישט באמת בכלל אן מיין שמועס. לאמיר נוצן דער משל - וואס איז אליינס א נמשל - פון לערנען א סוגיה. פשוט אז עס איז דא בעסער בעלי כשרון אדער אזעלכע מיט בעסער חינוך וואס זייער ערשטער הוה אמינה איז בעסער פון א צווייטענס' מסקנה. דאך איז די סדר העבודה פון לערנען אלעמאל נישט צו בלייבען מיט די הוה אמינא נאר חוקר זיין ביז מען וועט פארשטיין קלאר אויב דאס איז ריכטיג. טאמער איז זיך דער בעל כשרון סומך אז זיין מושכל ראשון איז גערעכט ווייל ער איז דאך אזא בעל כשרון, לא די אז ער מאכט אמאל גרעסערע טעותים ווי דער שוואכערע קאפ, וויבאלד ער איז אזא בעל כשרון פאלט עם איין בעסערע קשיות וואס ער קען נעמן פאר א מסקנה, נאר ער הייבט גארנישט אן צו לערנען, דער עצם זאך פון טראכטן איז איבערטראכטען אויב איז דער מחשבה ריכטיג. די זעלבע איז לגבי סדרי דין אדער לגבי מידות. ממילא אוודאי אפשר האט איינער לכתחילה בעסערע אדער גרינגערע תכונות, אבער דער סדר העבודה איז אלעמאל רבות רעות צדיק. און אין א געוויסער זין איז דער צדיק וואס איז געבוירען בעסער האט אדרבה גרעסערע יצר הרע'ס וויבאלד זיין עבודה איז טאקע טיפער, די ווארט עכ"פ איז אז דער סדר העבודה איז אלעמאל התגברות אויף די ערשטע מחשבה, נישט קיין חילוק ווי מען געפינט זיך.

לגבי די צווייטע הערה, ערשטנס, ווי ר' מי אני איז מרמז, אויב איר פארשטייט די טעם פון א תפלה אן קיין שייכות מיט מחשבות זרות, נו מה טוב ומה נעים אשריך וטוב לך איך מיין אבער אז אסאך מענטשען האלטן נאכנישט דארט..
מער קלאר אבער, רעד איך פון א נקודה ענליך וואס מען רופט אין חב"ד אהבה בתענוגים. און ווי עס איז מבואר דארט איז דאס א זאך וואס נאר צדיקים גמורים פארשטיין על פי רוב. דאס הייסט אז אפילו דאס וואס איז התרפקות און תשוקה, איז על פי רוב זיך מתייחס צו די וועלט. א מענטש זאגט איך בין אזוי ווייט איך וויל זיך דערנענטערן צמאה לך נפשי וכו'. דאס איז טאקע נישט 'מחשבות זרות' אבער איז נאכאלץ א תנועה וואס איז זיך מתייחס צו א צובראכנקייט פון די וועלט אדער מענטש. אהבה בתענוגים הייסט אזא סארט אהבה וואס איז נישט קיין תשוקה נישט קיין קלינער נישט קיין גרויסע נאר גאר עפעס אנדערש..
מער פשוט איז אבער אפילו פשוטער..
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 3:47 pm#440385
א שיעור זוהר אויף חנוכה

https://www.youtube.com/watch?v=vLEVtCaMAAU

מען קען זעהן אן ענליכע מהלך אין דער שטיקל זוהר דא
m https://yitzchoklowy.com/moadim/chanuka-78-7/ m

און דער זוהר זעלבסט דא
m https://yitzchoklowy.com/moadim/chanuka ... %9b%d7%94/ m

איך וועל בל"נ שיקען אין אימעיל דער זוהר שענער אויסגעלייגט ווי אויך נאך חידושים און עניינים אויף חנוכה.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 3:15 pm#440842
איז מיין רבי די גרעסטע רבי?
א שיעור זוהר פרשת ויגש, וויאזוי קען זיין אזא זאך אז נישט אברהם אבינו נישט יצחק און נישט יעקב זענען גוט, נאר עפעס אנדערש איז גוט?
און אויך, וויאזוי צו וועלן א רבי און טאמער דארף ער זיין די גרעסטע רבי?

m https://www.youtube.com/watch?v=9hyov-oPQdQ m
פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:07 am#441240
עס איז אלעמאל גוט צו לערנען, אבער לאמיר נישט מאכן פון דעם דף היומי אזא זאך וואס מען שמועסט מיט די נייעס ווייל אלע שמועסען דאס, תורה איז פיל בעסער פון דעם.
און וואס האט דאס מיט פרשת ויחי איינגעלייגט?

m https://youtu.be/k3rBboh4mlw m
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 11:14 pm#441687
נאך עטליכע וואכן הפסקה איז מיר געלונגען צו שיקען אין דער היינטיגע אימעיל א גאנצע שיעור פון דער וואך אין דער טיפע סוגיא פון מצוות שכליות און מצוות שמעיות לפי שיטת רב סעדיה גאון. האפנטליך וועל איך דאס קענען מאכן יעדער וואך. ריסירשטען, איבערגעבן, און אפשרייבען אזא שיעור איז א גאנצע צוויי טעג ארבעט. און אזא סארט ארבעט דארף שטיצע. אויב איינער דא האט אן אינטערעס אז דאס זאל אנגיין און וויל זיך משתתף זיין און זיין פון די תומכי תורה זאל ער מיר שיקען אן הודעה.

ווי אויך א שיעור בספר הזוהר לפרשת שמות, הערליכע דברי חיזוק פון דער זוהר פאר די אידען וואס גיין אין גלות, צאמגעפלאכטען מיט פשט הפסוקים, סיפורי חסידים, און ארויסברענגען וואס דער זוהר וויל פון דעם אין זיין קאנטעקסט און וואס מיר ווילען פון דעם אין אונזער קאנטעקסט.

m https://www.youtube.com/watch?v=WTK4SXmZEDs m
מוצ"ש יאנואר 18, 2020 8:28 pm#441735
בית מדרש עיון למחשבה
IMG_7214.png


בס"ד ביום ראשון הבעל"ט יתקיים שיעור אורח מיוחד על ידי אורחנו מארה"ק
הרב דוד בר חיים שליט"א
ראש מכון שילה
'ויך את המצרי'
הכאת המצרי ע"י משרע"ה יסודות בהבנת דברי חז"ל בהלכה ואגדה יום ראשון לסדר וארא
485 Viola Rd.
7:30 PM
The rav has enlightened and inspired many with his 7:30 profound insight and wisdom in all areas of the Torah: Halacha, Hashkafa and Jewish History.
Come and learn from his unique approach and vision for Am Yisrael

ער גייט געבן דעם זעלבען שיעור מוצאי שבת און זונטאג?
מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:08 pm#441744
וויפיל איך פארשטיי, יא.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:22 pm#441951
שלום לכל החברים האהובים והיקרים,

להלן עדכוני השבוע.

מצורף שיעור חדש מבית מדרשנו השבוע שהוא השיעור התשיעי סדרת אמונה וחקירה. השיעור עוסק בשיטת חובת הלבבות בעניין מצות חקירת הייחוד, ובהבחנה בין שיטתו לבין שיטת רס"ג, בענין זה נעסוק ונעמיד עוד בשבועות הקרובים. הכרת טובה וברכה למשתתפי השיעור שהשתתפו בסכומים הגונים להחזקת התורה, ובמיוחד ר' יעקב, ר' חיים, ר' אלימלך, ר' יואל, שליט"א, יתברכו כולם ממקור הברכות ונזכה להעמיק דעתינו בכל סוגיות הדעת ביחד.
שיעור זוהר חדש ונפלא על פרשת וארא עלה והוא וסיכומו נמצאים להלן. דברי תורה על הפרשה וכן שיעורים משנים שעברו ניתן למצוא כרגיל באתר m https://yitzchoklowy.com/current-parsha/ m .
אתמול ביום רביעי חגגנו בס"ד ברוב עם את סיום ספר ישעיה בקבוצת לימוד התנ"ך שלנו. ברכת מזל טוב ותודה לכל המשתתפים בלימוד ובסעודה. ביום ראשון מתחילים ללמוד בספר ירמיה. זו הזדמנות טובה להצטרף ללימוד פרק תנ"ך ליום בחבורה, להשתתפות יש לשלוח לי הודעה.
ביום רביעי נחנך שיעור חדש בשער הכוונות באנגלית, ראו פרטים להלן.
New Shiur!
Shaar Hakavanos - English - Crown Heights
We will be learning the kavanos of daily prayer
Explore the inner meaning and experience of our daily ritual
Made accessible even without any prior knowledge of Kabala
Wednesday Evenings at 8 Pm
for details please contact Jeremy Tibbets
(617) 777-9196


*******

[url=null][url=https://youtu.be/VSwwpWSl7iQ]זוהר וארא - למשה מותר להתחצף[/url][/url]
מוקדש לעילוי נשמת פנחס בן ריינא ועזרא

ולהצלחת התורמים בכל ענייניהם

דף מקורות לזוהר שלמדנו והמפרשים שציטטנו
לנדבת השיעורים הבאים או לנדב את זכות כתיבת השיעורים נא לפנות אלי

אפשר להירשם לסדרת השיעורים ולקבל עדכון על כל שיעור חדש בלינק לתוכנות פודקאסט, גוגל, אפל, או ביוטוב. כמו כן אפשר למצוא במקומות אלה את שיעורי הפרשה משנים שעברו.
כן אפשר לעקוב אחר השיעורים ולראותם באתר

******************************************************

סיכום השיעור

א) התחלת פרשה זו מבטאת את הדרמה הסודית של יציאת מצרים, טרם החידוש ביציאת מצרים למטה ישנה חידוש בשמות הקודש, שממנה משתלשלים המאורעות שלמטה ושהם עניינם הפנימי. אם כן יש לעמוד מעט על חידוש שם הויה פה. עוד דרמה ישנה בתחלת פרשה זו והוא טענת משה למה הרעות, ודיבור ה' קשות אליו על זה, שממנו ממשיך לומר וארא אל אברהם וגו', וצריך להבין הקשר בין שני הדברים, שנראה כאילו יש הקבלה בין עליית המדרגה משם אל שדי להויה, לבין העליה מדיבור קשות לאמירה רכה של התחלת הפרשה.

ב) [ביאור המשך הפרשה לפרשת הסנה וסירוב משה וויכוחו עם ה' שם, וביאור דברי רש"י שדיבר איתו קשות שהיה צליל קשה בתחילת הדיבור וזה הספיק למשה להבין שייכנע, ולא שהיה איזה דיבור קשות שאינו כתוב בפרשה].

ג) הזוהר פותח "בטחו בהויה עדי עד". ומפרש רמ"ק הקושי בפסוק זה, מאי קמשמע לן עדי עד, וכי הוה אמינא שיש לבטוח לה' עד זמן מסוים בלבד, ומה מוסיף עדי עד. אלא שצריך לדעת באיזה מידה יהיה הבטחון. הזוהר מתרגם בטחון לאתתקפא. דהיינו בטחון הוא בטיחות, מלשון בטיחות, בטחון עצמי. הבוטח בה' הוא שיש לו וודאות תקיפה בה' שיצליח. ודבר זה אינו פשוט כי יש לה' כמה מידות שאינם מתאימים למידה זו של בטחון. הן מלמטה. מידת הדין מאד חשובה ליישוב העולם וכל העולם עומד על מידת הדין אבל זה לא מקום שיש בו בטחון כי הצדק יכול לחייב דווקא שלא תצליח. כן מצד מעלה המידות שהם מקור לכל העולם הם השגה מופשטת נפלאה אבל מבחינתם הכל טוב והכל כלול ואי אפשר מצדם לבטוח בשום דבר. אבל הבטחון נתלה רק במידה שנקראת "עד", הוא מידת הז"א ככתוב בבוקר "יאכל עד". מידה זו כלולה מכל המידות, דהיינו אינו מידה מסוימת שאם יעבור עליה לא יהיה לו בטחון, אבל עיקרו הוא התקיפות שהוא יכול, ואיזה מידה שיצטרך יעזור לו.

ד) נמצא מידת הבטחון עליונה ממידת המלכות שהוא מידת הדין. ובכדי להגיע אליו צריך להשיג מידת התפארת שהוא כללות המידות ובו ייתכן הבטחון. משה רבינו היה לו תקיפות רבה, שהרי הגיע ואמר אדני למה הרעות לעם הזה. ומאיפה היה לו תקיפות כזאת. לפי שהתאחז במידת עד שבו הבטחון. והתעלה על מידת הדין שנקרא אדני. לפיכך, אומר הזוהר, משה לא נח במקום מידת הדין, כי ידע שיש לו מדרגה יותר עליונה, ומתוך שהיתה לו מדרגה יותר עליונה היה יכול אפילו לצוות למידת הדין לעשות כחפצו, כאיש המצווה על ביתו, ומשה הוא איש האלהים בעלה של מידת הדין הנקראת אלהים.

ה) בכל זאת היה כאן חטא כי באמת לא צריכים להתחצף כלפי מידת הדין, ומי שיודע להתנהג בה באמת יודע להתעלות ממנה גם מבלי חטא זה. אבל הסיבה העמוקה שמשה התחצף לה הוא שהוא מעותד למדרגה יותר גבוהה. וזה לימוד בהרבה עניינים שאדם שאינו מצליח להיאחז במידה מסוימת וחוטא כנגדה אע"פ שהוא חטא הוא הרבה פעמים לפי שהוא מעותד למדרגה יותר עליונה ולפיכך לא נח רוחו באותו מדרגה קטנה.

ו) ממשיל ר' יוסי, משל למה הדבר דומה, בעל שהיתה לו מריבה עם אשתו, והתחילה להתרעם עליו. היה שם המלך ואמר אני המלך, שתקה. כלומר האשה הוא שם אלהים, והיא מתחילה לדבר איתו קשות וידבר אלהים אל משה. מיד ויאמר אליו אני ה'. אומר ה' הלא אני המלך ואני עשיתי לבעלך בעל עליה, אין לך מקום להתרעם. אפשר לדמות את זה לילד כשרוני שצריך לתת לו יותר מקום לבטא את עצמו אפילו שהוא מתחצף לפעמים, וכאשר ילד פשוט מתרעם עליו אומר המלמד לו אני המלמד, אני יודע מה שאני עושה, ומכוחי הוא עושה את זה.

ז) וארא אל האבות באל שדי, ממשיל ר' יוסי עוד משל. למלך שהיה לו בת, וכל מי שרצה לדבר עם המלך היה מדבר איתו על ידי אותו הבת. השכינה טרם נישאה לאיש נקראת אל שדי. ובמידה זו דיבר אל האבות. נישאת הבת, אמר המלך מכאן ואילך לא אדבר דרך ביתי אלא אדבר לבעלה והוא ימסור את דברי. משה זוכה למדרגת בעל השכינה, ומכאן ואילך אינו מדבר עוד באל שדי אלא בשם הויה, או בשם אדני שהוא שם השכינה אחר שנישאת למשה. וכאשר האשה היתה לה מריבה עם בעלה ומתרעמת עליו, אומר המלך לבעל ראה איך זכית למדרגה שלא זכה לו איש זולתך, שאל הכל אני מדבר על ידי שליח ולך ישירות, והזהר בה.



***********

שיעורי בית המדרש עיון למחשבה
דף באתר לסדרי השיעורים
ראו בדף המצורף

*********

ברוך אשר יקים את דברי התורה
קחו חבל בהקמת דברי התורה בעיון ובחיות
אפשרות להנצחת שיעורים וקונטרסים

m https://cash.app/$yitzchoklowy m
m https://www.paypal.com/paypalme2/iyunlemachshava m
quickpay/zelle: e yitzchok@ylowy.com e


שבת אהבה ורצון

יצחק לאווי
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 1:28 pm#442941
פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:18 am#443235
וואס מיינט גלגולים און פארוואס גייט מיר דאס אן
פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:20 am#443236
נייע שיעורים לכבוד פורים
אי"ה נעקסטע צוויי וואכן וועלן מיר לערנען א ספיציעלע סעריע פון שיעורים וועגן דער נושא וואס מיינט באמת דער מדרש אז מען האט פריש מקבל געווען די תורה פורים, האט דאס אן היסטארישע באדייט, און וואספארא באדייט האט דאס אין מחשבה.

די שיעורים וועלן זיין זונטאג אין מאנסי און דינסטאג אין בארא פארק.

ווער עס דארף מער פרטים קען זעהן אויף דער אימעיל אדער פרעגן אין אישי.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 8:23 am#509787
אין די שיעור [פון 47:42] זאגט ר׳ יצחק אז בנוסח התפילה לייגט מען בדרך כלל צו צו די געדאנק פון ״מלכותו״ אדער ״רצון״ אדער ״אהבה״. האב איך געקלערט אז איך האב אויבן צוגעברענגט דער חת״ס בתורת משה בסוף פ׳ וישלח אז אות ת׳ קען ווערן פאררעכענט ווי צורת אותיות ״דן״ אדער צורת אותיות ״חי״ ע״ש. יעצט, די חילוק צווישן מספר ת׳ ומספר ״דן״ איז מספר ״רצון״. ואפשר לומר דזהו הרמז: אז ״מלכותו״, וואס דאס איז דאך די געדאנק פון ר״ה במלכיות און דאן איז דא די ענין פון דן ודין, קומט צוזאמען מיט ״רצון״ וואס דאס איז די חילוק בין מספר אות ת׳ ומספר אותיות ״דן״ וואס איז צורת אות ת׳ כנ״ל, און דאן בעהט מען דאך כתבינו לחיים וואס דאס איז די צורה באות ת׳ וואס אונז ווילן.

ועוד יותר, די חילוק צווישן מספר ״רצון״ ומספר ״אהבה״, וואס ביידע גייען צוזאמען מיט ״מלכותו״ וענין ר״ה כנ״ל, איז מספר ״שלג״. און דאס טרעפט מען דאך ביי סליחת חטא (ישעיה א חי) אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. און אונז טרעפן בתענית ג: אמר רבא מעלי תלגא לטורי כחמשה מטרי לארעא ע״ש, והיינו אז שלג על ההרים איז אזוי ווי 5 מאל גשם על הארץ. אז מ׳לייגט צו מספר 5 צו ״אהבה״ איז דאך דאס מספר ״חי״ וואס דאס איז דאך די צורת האותיות באות ת׳ וואס מ׳זוכט ביום הדין של ר״ה שממליכין אותו ית׳ וואס איז אויך מרומז באות ת׳. (די חילוק צווישן 5 מאל ״דן״ און 5 מאל ״חי״, איז 10 מאל ״חי״, ולרמז על עשרת ימי תשובה שמתפללין זכרינו לחיים.)
פרייטאג אקטאבער 07, 2022 7:22 am#510083
אין די שיעור ברענגט ר׳ יצחק צו [פון 16:28] די געדאנק פון ר׳ בונם מפשיסחא אז א ״געלונגענע״ יוה״כ איז וואו עס איז נישט געווען קיין שינוי ביים מענטש, און ער איז געבליבן במנוחה ביים שטאנד, מרישא לסיפא. האב איך געקלערט לפי דאס וואס איך האב געזאגט עפ״י התניא (פכ״ה) אז די געדאנק פון תשובה ארבעט מכח למעלה מן הזמן, און דער רמב״ם בהקדמה טו בריש ח״ב ממו״נ ברענגט אראפ פון אריסטו אז זמן איז נמשך אחר שינוי בתנועה ע״ש. ולכן איז א געלונגענע יוה״כ, שמטרתו הוא התשובה, א טאג וואו עס איז נישט געווען דערין קיין שינוי און מ׳איז געבליבן במנוחה היפך התנועה ושינוי שבה, וואס דאן קומט דאך זמן נישט אפיר (וויבאלד עס איז דאך נאר א פועל יוצא פון תנועה ושינוי) וואס דאדורך ארבעט תשובה וכהתניא.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 4:34 pm#512460
אין אָנהויב פון די שיעור גייט ר׳ יצחק אריין אין א וויכוח דערין אז אויב מ׳טוהט באדייט דאס אז מ׳קען/ווייסט. די קאנטרעפּאזיטיוו דערפון איז טאקע אז אויב מ׳קען/ווייסט נישט באדייט דאס אז מ׳טוהט נישט.

‏דאס רירט אויך אָן אויף קאנט׳ס באקאנטע געדאנק אין עטיקס אז אויב מ׳דארף טוהן עפעס באדייט דאס אטאמאטיש אז מ׳קען.

ולגבי די געדאנק פון סירקולעריטי, הא׳מיר צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם אז בעצם איז יעדעס טענה סירקולער.

מ׳רירט אויך אָן אויפ׳ן געדאנק פון עפּיסטעמיק יוּמיליטי ותכלית הידיעה וכו׳.

‏ווי אויך רירט מען אָן אויף זיגמונד פרויד׳ס געדאנק פון די איד, די איִגאָ, און די סוּפּעראיִגאָ.
מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:59 pm#513394
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין אָנהויב פון דעם שיעור לגבי דעם רמב״ם און פיזיקס, און ווי אזוי וויבאלד דאס איז שווער הייבט מען אָן פאר׳ן תלמיד מיט א גרינגערע סארט ״ליגענט״ דערין, זאגט דער פיזיקער דר. דוד טאַנג:
we tell this lie when we’re in high school — physics is all about telling lies when you’re young and realizing that things are a bit more complicated as you grow older

ואגב, דא זאגט דר. מנחם קעלנער:
were Maimonides to address us today, my best guess is that he would not tell us to read contemporary philosophers, but to study physics

ווי אויך רירט מען אָן אינעם שיעור אויפ׳ן באקאנטן געדאנק פון אינסטרומענטעליזם אין די פילאזאפיע פון סייענס, און ווי אזוי די דגוש איז אויף ווי אזוי דאס שטימט מיט די מאטעמאטישע וכו׳ מאדעלן, ווי איידער חקירות איבער די ״עכטקייט״ דערפון פון א מעטאפיזישע פּערספּעקטיוו. און ווי דער פיזיקער דר. דוד מערמין האט געזאגט (לגבי קוואנטום פיזיקס):
Shut up and calculate

ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [34:00-34:36] לגבי ההשוואה באיזה אופן בין השכל והא-ל, הא׳מיר דא צוגעברענגט וואס ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין משכיות כסף, ״כי השכל הוא האל והאל הוא השכל״.