Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע-ביכער פון 2018

פאעזיע-ביכער פון 2018

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12638
זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:24 pm#414836
פאעזיע-ביכער פון 2018
א גוטן,

איך פרואוו צוזאמשטעלן א ליסטע פון אלע פאעזיע-ביכער וואס זיינען ארויס אויף אידיש אין יאר 2018. דאס זאל ארייננעמען אבי וועלכע סארט פאעזיע. קען זיין אויף ל''ק מיט אידיש-טייטש, אידיש און ענגליש, וכ'. אזא ליסטע וועל איך ארויסגעבן און קאמענטירן פארן זשורנאל "אין געוועב".

איך וויל פארזיכערן נישט צו פארקוקן פאעזיע-ביכער פון היימישן עולם, ווענד איך זיך צו אייך. אויב איר קענט דא קאמענטירן מיט די ביכער וואס איר קענט, אדער זיי מיר שיקן מיט א מעסעדזש, וואלט איך געוען דאנקבאר.

א דאנק פארויס,

שלום