Under maintenance
הויפט זייט » שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל

שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12648
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:51 pm#414991
שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
איך האב געקויפט איין טיקעט מיט צוטיילן מיט'ן עולם דא.

אריינצוגיין און ווערן א שותף מוז מען דא שרייבן איין שבח, איין מעלה וואס פרעזידענט טראמפ יר''ה האט וואס איז נוגע אונזער לאנד אמעריקע. דאס טייטש א פאזיטיווע שטריך פון אונזער פרעזידענט פון וואס אמעריקע בענעפעטירט.

סתם תגובות גייט נישט ווערן א שותפות.

סארקאסטישע תגובות איז גארנישט ווערד, ס'מוז זיין ערנסט. מיין נאז וועט שוין דערשמעקן וועלכע ס'איז ליצנות און וועלכע ס'איז סינסיר בלע''ז.

rps20181022_204342.jpg
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:01 pm#414992
טראמפ איז א גרויסער שקרן, און בערך 42 פראצענט פון דער מדינה איז זיך מחיה צו לעבן אין זיין פאנטאזירטער רעאליטעט.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:11 pm#414995
ווען נישט טראמפ וואלט הילערי געווען פרעזידענט
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:22 pm#414996
א. טראמפ איז א מוראדיג אפטמיסטישער מענטש, ער גלייבט אז סוועט עים גיין גוט אפילו ווען די מצב ווייזט חושך מצרים
ב. טראמפ איז א מארקעטינג מייסטער, ער קען דיך פארקויפן א טראמפ בריק אין מיליאנען וועלען נאך פארען דערויף.
ג. טראמפ האט ארויסגעלאזט רובאשקין, און געוויזען אז ער לאזט נישט מענטשען שימלען אין טירמע פאר גארנישט און פאר נישט
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:51 pm#414998
גדליה האט געשריבן:א. טראמפ איז א מוראדיג אפטמיסטישער מענטש, ער גלייבט אז סוועט עים גיין גוט אפילו ווען די מצב ווייזט חושך מצרים
ב. טראמפ איז א מארקעטינג מייסטער, ער קען דיך פארקויפן א טראמפ בריק אין מיליאנען וועלען נאך פארען דערויף.
ג. טראמפ האט ארויסגעלאזט רובאשקין, און געוויזען אז ער לאזט נישט מענטשען שימלען אין טירמע פאר גארנישט און פאר נישט

איך בין נאר מסכים מיט אות ב'. און כ'וואלט צוגעלייגט צוויי אנדערע מעלות, אבער כ'גלייב נישט אז זיי העלפן דעם לאנד: זיין ענדלאזע ענערגיע, און זיין געטריישאפט צו זיינע קינדער.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:42 pm#415002
אין די צייט וואס מיר האט גענומען עטליכע וואכן אויפצוקומען מיט מיין ניק, קומט ער טעגליך אויף מיט 6-7 פרישע ניק נעימס אויף יעדעם וואס שטייט אים אין וועג.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:03 pm#415006
ערפאלגרייך געבראכן "אביסעל " די אייז אז מקען מצליח זיין און געווינען אפילו מען איז נישט פאליטיקלי קארעקט.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:09 pm#415009
מיט זיין שטייער רעפארם האט ער איינגעשפארט איבער טויזנט דאלער א יאר פאר יעדע דורכשניטלעכע ארבייט'ס קלאס אינגערמאן.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:10 pm#415010
פרעזידענט טראמפ האט באוויזן עפעס וואס אסאך אנדערע פאר אים האבן נישט געקענט, און ער האט אריבערגעפירט די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, און אנערקענט ירושלים אלס די הויפט שטאט פון ישראל.

כ'ווייס נישט צו ס'איז א מעלה אדער נישט.. @אלע הודעות פון דער דאס
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:13 pm#415011
אלע תגובות וואס באקומען א לייק פון מיר זענען שותפים
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:17 pm#415013
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
אנגעריסן די פאלעסטינער און גארנישט איז נישט געשען, פארמאכט אונרא און גארנישט איז נישט געשען, ארויסגעווארפן די פאלעסטינער פארשטייער און גארנישט איז נישט געשען, פייט ווי א לייב, לאזט זיך נישט פון גארנישט, וועט אייביג האבן אן ענטפער מיט אן אטאקע אויפן פלאץ, פירט מלחמה מיט די גאנצע וועלט און מען ווייסט זיך נישט וויאזוי זיך אן עצה צי געבן מיט עם... זאל איך גיין ווייטער?....
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:18 pm#415015
קאמיוטעד רובאשקין מאחינו בני ישראל.
אפעקטירט טאקע נישט דאס לאנד דיירעקטלי, אבער אפעקטירט די פינעוו בארא'ס: בארא פארק, פלעטבוש, וויליאמסבורג, קראון הייטס, פייוו טאונס. פלאס דזשערסי סיטי בלומינגבורג אויב מען קען זיי רעכענען אלץ נאך אפאר בארא'ס אין אמעריקע.. האלטסטו שוין באלד ביי רוב טאונס אין לאנד
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:21 pm#415016
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
פרעזידענט טראמפ יר"ה האלט איין זיינע צוזאגען, נישט ווי זיינע פארגייער וואס האבן האבן צוגעזאגט און נישט געטוהן ווי למשל דער אמעריקענער עמבעסי אדער טעקס און נאך
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:00 am#415026
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
טראמפ איז פון די איינציגע וואס האבן די ביצים זיך אנצוהייבן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:18 am#415030
יגעתי ולא מצאתי בעו"ה וועל איך מוזן מוותר זיין.
(עכט נישט ס'איז נאר פשוט קיל צו זיין א טראמפ קעגנער..)
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:35 am#415034
טראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:52 am#415035
ארי נוהם האט געשריבן:טראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.

גוט. אבער צו זיין קארעקט קומט דער מושג 'פעיק ניוז' פון די מידיע זעלבסט קעגן די א.ג. מיסאינפארמאציע אויף סאציאלע מידיע ביי די וואלן. פרעזידענט טראמפ האט גענומען דעם פראזע און עס סוקסעספול צוריקגעשליידערט אין די לינקע פארטייאיש איינזייטיגע מידיע'ס פרצוף אריין!
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:06 am#415036
איין מעלה איז, אום אני חומה...
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:14 am#415037
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
א דאנק טראמפ קען איך יעצט אריינגיין אינעם מעגא לאטאו בחינם.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:33 am#415040
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
ארויפגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיוון אויפן סופרים קאורט.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:39 am#415042
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
טראמפ האט נישט מורא צו פייטן קעגן די לינקע בלאפערס ווען ער האלט אנדערש.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:41 am#415043
ער איז גוט צו מדינת ישראל.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 11:28 am#415058
ביבער האט געשריבן:ער איז גוט צו מדינת ישראל.

ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:18 pm#415071
קורקלענד האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:ער איז גוט צו מדינת ישראל.

ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......

דאס וועט שוין דער בי"ד מחליט זיין...

פון די אנדערע זייט מטבע א מעלה וואס איז יא נוגע אמעריקע, ער איז שטרענג קעגן איסלאמישע עקסטרעמיזם.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:25 pm#415073
ער האט א טישעל לעדיל מיט קענדיס..
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:09 pm#415079
טראמפ האט געוואלדיגע סעלף קאנפידענס אז ער קימערט זיך אינגאנצן נישט ווען ער רעדט שטותים
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:15 pm#415080
ער האט דעם ביליאן וואס איך דארף דא
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 3:15 pm#415094
ער שטעלט די ביזנעסער בעפאר די ענווייערמענטאליסטן.
איך פערזענליך האב גענאסן פון אים אז איך האב מער איבער וואס צו שמועסן.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 4:09 pm#415096
זיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 4:22 pm#415097
ער האט ענערדזי פון דא ביז מצרים און ער געט אונדז נייעס יעדן טאג ברוך השם פאר דעם
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 4:39 pm#415099
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
Trump made America great again!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 4:51 pm#415100
ער האט א גרויסע...


האנט
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 5:00 pm#415101
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
גדליה האט געשריבן:זיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר

WOW!! כ'האב קיינמאל נישט געכאפט. ער איז געהעריג א מינאריטי.

מען דארף געהעריג דורכגיין די זאך, וויפיל אראנדזשע זענען דא אין קאנגרעס קעגן זייער פראצענט אין די באפעלקערונג? ווי קומט עס אז א באנדע טונקל האריגע זאלן מאכן אלע באשלוסן פאר די אראנדזשע?
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 5:29 pm#415103
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
כלבאשבוע האט געשריבן:טראמפ האט געוואלדיגע סעלף קאנפידענס אז ער קימערט זיך אינגאנצן נישט ווען ער רעדט שטותים
אזויפיל אז ער דארף אזא אשכול אויף קאוועשטיבעל. ......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 5:45 pm#415105
א טראמפ צייגט אז מ'געט נישט אויף ק'מען אנקומען ווי מ'וויל
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 5:47 pm#415106
טויזענטע יונגעלייט גייען נהנה זיין פון די זיין איבערזיכט אויף די שיפינג דיעל מיט טשיינע. AliExpress וועט טראסקענען. די אינטערעסאנטע חלק פון די נייעס איז געווען; ס'האט אים גענומען אונטער א סעקונדע צו טון צו די זאך, ווען ער האט געהערט פון די סקאנדאלישע חוצפה: אז צו שיקען ליפערינג פון טשיינע צו אמעריקע איז ביליגער ווי צו שיקען פון מאנרא צו מאנסי.
china/


m https://nypost.com/2018/10/17/trump-wan ... -at-china/ m

“This is a big problem. President Trump, as soon as he was informed of this problem in a nanosecond he demanded action on it,” the official told White House reporters.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 6:12 pm#415107
ער האט א אפענע קאמיוניקאציע מיט די מענטשען דורך זיין Twitter account
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 8:47 pm#415124
טראמפ האט גענומען פרעזידענטשאפט צו פאקטישע פירערשאפט. ער איז א פירער פארן פאלק.

אבאמא איז אויך געווען, אבער טראמפ איז נישט קיין אויבער חכם ווי אבאמא וואס האט געלאכט אונטער דיין רוקן.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:05 pm#415126
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
ער איז נישט אחד בפה ואחד בלב.
ער זאגט וואס ער האלט, הגם מ'מוז נישט מסכים זיין מיט איהם, אבער כאטשיג ווייסט מען ווי משטייט מיט איהם.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:19 pm#415138
אונטער חכם האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיין ווייב איז א כלילת יופי
ער איז די ערשטע פרעזידענט מיט ארענדזשע האר

WOW!! כ'האב קיינמאל נישט געכאפט. ער איז געהעריג א מינאריטי.

מען דארף געהעריג דורכגיין די זאך, וויפיל אראנדזשע זענען דא אין קאנגרעס קעגן זייער פראצענט אין די באפעלקערונג? ווי קומט עס אז א באנדע טונקל האריגע זאלן מאכן אלע באשלוסן פאר די אראנדזשע?


פון די Red-Headed League
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:52 pm#415144
איז א מייסטער אין קאנעקטען צו פשוטע עמך מענטשען אין פארשטייט זייערע געברויכען