Under maintenance
הויפט זייט » מאכען געלט אויף אלע צדדים

מאכען געלט אויף אלע צדדים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12651
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:02 pm#415068
מאכען געלט אויף אלע צדדים
ווען די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהערט אז עס איז דא גאלד אין קאליפארניא, האט זיך אנגעהויבען א לויפעניש ווי צום לעצטען שטיקעל קישקע ביי א קידוש. מ׳האט אפגעלאזט קינד און קייט, גענומען שויפעלען אדער גאפלען, און געלאפען צו כאפען אביסל גאלד.

אבער די אידען זענען דאך קלוגער ווי יעדעם. מאנכע גוים גייען יא עפעס טרעפען, מאנכע נישט. דער אביסל מער און דער אביסל ווייניגער. וויאזוי מאכט מען געלט בכל אופן?

די אידען זענען אויך אהין געלאפען. זיי האבען געמאכט קראמען צו פארקויפען עסען און קליידער, שויפעלען און געצעלטען ווי צו שלאפען. א וועג וויאזוי צו שיקען די גאלד צוריק צום ישוב און פאסט קעסטלעך פאר די אלע וואלגערערס.

נישט יעדער וועט טרעפען גאלד, אבער יעדער וועט קויפען עסען.

היינט טוט זיך א לויפעניש אויף לאטטערי בילעטען. דער קלוגע איד דארף נישט קויפען אדער געווינען צו מאכען געלט. דו ווייסט וויפיל 7\11 מאכט אין די טעג? וויפיל קאווע און נאש, וויפיל צייטונגען און ציגארעטלעך זיי פארקויפען, ווען מענטשען קומען אריין פאר׳ן טיקעט און קויפען צו נאך חאזעריי?

זייט׳ס נישט קיין נערנים. לויף נישט ווי יעדער לויפט. פארקויף לויפען שיך פאר די לויפערס, און אזוי ביסטו שוין אנגעקומען.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 3:04 pm#415093
א גוטער בוך איבער די lawlessness וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין איינע פון די געגנטער ביי די גאלד געיעג.

m https://www.goodreads.com/book/show/178 ... of_Montana m
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 6:33 pm#415111
Re: מאכען געלט אויף אלע צדדים
@ליטוואק איז די גאלד נישט געווען אין אלאסקע?

(אחוץ פון דעם זעט מען די ליטווישע וועג פון טראכטן למען השם)
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:00 pm#415114
Re: מאכען געלט אויף אלע צדדים
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט וועגען די ליטווישע וועג פון טראכטען, אבער די גאלד איז געווען אין ביידער. עס איז דא גענוג פאר יעדעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:55 pm#415120
און דער קלוגער איד ר' לוי שטראוס איז געפארן קיין קאליפארניע און נעוואדא. און גענייט הויזן פאר די גאלד און זילבער מיינערס...!