מיטוואך אקטאבער 31, 2018 12:59 pm#415749
אך און וויי פאר אזא געווינס
ליינענדיג דעם סיקריקישן שונד צעטל וואס ווערט וועכנטליך ארומגעלופטערט אין די היימישע שולן וועלכע אקצעפטירן עקסטרעמיזם, קומט צו לאכן און צו וויינען. די קאמישע עפיזאדן וואך נאך וואך מיט אויפגעטראכטע מאדנע מעשיות וואס איז ע"פ רוב נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כלומרש'ט מעסעדזש #17727, וואס רוב עולם לאכט שוין פון די נארישע באורינג צעטלעך וואס טראגט נישט קיין שום האפט, וואס א בן בלי שם גיבט ארויס פון כלומרש'טע מעסדזשעס וואס בני בלי שם געבן אריין אין די רעדאקציע, שוין כמעט נישטא ווער ס'זאל לאכן...
עכ"פ די וואך האבן זיי אריינגעלייגט א מעסעדזש פון א "געווינס", וואס ענדליך זעהט מען אז די ערליכע (לייען: עקסטרעמיסטישע) מענטשן האבן געווינען, און כלשונם: "נישטא קיין ערליכע (ווידעראמאל, לייען: עקסטרעמיסטישע) איד וואס זעהט איינעם מיט א סמארטפאון און קוקט נישט אראפ אויף אים"...
מיר היימישע חסידים זענען שוין געוואוינט צו הערן איבער "געווינסן" וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און דער גאנצער געווינס איז בלויז אויף פאפיר וואס איז סובל את הכל. צי איז עס אין חסיד'ישע פאליטיק, צי אלגעמיינע פאליטיק, צי אין פריוואטע מחלוקת'ער, וכדו' וכדו'. קיינער וויל נישט זיין קיין "לוזער", ע"כ טוט מען פראקלאמירן פאר ווער עס וויל נאר הערן אז מען איז לכה"פ א שטיקל געווינער, אפילו עס איז נאר א "יש ליישב בדוחק" געווינס. דער מושג פון "געווינס" האט שוין פארלוירן די עקסייטמענט ביי אונז, מיר ווייסן שוין אז די פראפעגאנדע פון געווינסן איז איין גרויסע וויץ, און עס איז ווערד פונקט ווי א "קול קורא" וואס הענגט אין די גאסן, אונטערגעשריבן "רבני העיר".
מיר געדענקען ווען געוויסע חסידות האבן פרובירט קאנטראלירן אנדערע – מיט טעראר, פארשטייט זיך, כדרכם – און מען האט שטיל געמאכט די אנדערע צד, זיי זענען שטיל געבליבן צוליב די שרעק פאר טעראר, און די טעראריסטן האבן זיך געפאטשט אין בויך "דידן נצח", קוקט מיר האבן "געווינען"... ליטל דיד דעי קנאו, ווייניג-וואס האבן זיי געוואוסט אז עס איז ווייט פון א געווינס, שטילערהייט קאכט זיך און די בלוט ברויזט, נאר די צייט איז נאך נישט רייף צוריקצוגעבן יעצט ווייל דערווייל איז דער צד הטעראריסטן שטערקער, ס'איז ידם על העליונה און השעה משחקת להם; אבער ווי נאר מען האט זיך געקענט אביסל עפענען, בפרט היינט אין די אינטערנעט עפאכע ווען מענטשן קענען שרייבן אנאנים, זעהט מען פלוצלינג אז דער גאנצער געווינס איז א בלויזע "קאווער-אפ", עס איז קיינמאל קיין געווינס נישט געווען, אדרבה גאר, ווי דער רבי האט געזאגט, "די נצחונות וועט זיי נאך באנג טאן", האט מען שפעטער באשמוצט און מגלה קלונם געווען פון די באנדע שקצים וואס האבן געפייניגט אנדערע "לשם שמים" בלויז צוליב נישט מסכים זיין מיט זייער מהלך המחשבה, און די גאנצע געווינס איז נתהפך געווארן לחרפה ולבושה.
כן הדבר הזה, גענוי אזוי שפילט זיך דא אפ. איך ווייס נישט וועמען די משוגעים פרובירן באאיינפלוסן, אבער די באבלעך קראכן נעבעך איינס נאכ'ן צווייטן... ליידער איז שוין דא אזויפיל סמארטפאונ'ס אז זיי קענען עס גאר נישט קאנטראלירן, אנגעהויבן פון די בחורים אין ישיבות, יונגעלייט אין בעדרום, און עלטערע אידן אין ביזנעס, א.א.וו., נאר אודאי איז עס דערווייל באהאלטן, מען האט מורא פון די טעראר וואס בוזשעוועט אין די גאסן, די מוסדות סטראשען מיט די קינדער, ממילא נעמט זיך יעדער א כשר'ע פאון פאר די פובליק, און נאכדעם קומען די משוגעים און טראומפירן "גיט א קוק קעניינעהארע וויפיל כשר'ע פאונ'ס פארקויפן זיך".... און בשעת מעשה אסר'ט מען אריינצוקומען מיט די סמארטפאונ'ס אין די שולן, און אויך אין די מוסדות, מען אסר'ט די פרויען צו האבן סמארטפאונ'ס, און בנוסף צו דעם טיילט מען 'השומרים' קארטלעך פאר די קינדער שלא נפתחו עיניהם (כאטש ביז א יאר דערויף איינמאל זיי קומען לכלל דעת חלש'ן זיי צו זעהן קליפס אויפ'ן סמארטפאון), און מען פרובירט אפילו צו צווינגען די רבנים אונטערצושרייבן אז מען טאר עס בכלל נישט ארויסנעמען אין פובליק אפילו אויפ'ן גאס... אזוי מאכט מען זיכער אז יעדער האט עס גוט באהאלטן און ראובן ווייסט נישט אז שמעון האט איינס און שמעון ווייסט נישט אז ראובן האט אויך איינס (אויף וואטסעפפ ווייסן זיי יא, נאר אין שול ווייסן זיי מ'כלומר'שט נישט), און ויצא הגעווינס הזה...
איז לאמיר דא אראפשלעפן די קארטן און מגלה זיין פאר די וואס ווילן וויסן דעם אמת, גיט א קוק וויפיל טויזענטער וואטסעפפ גרופעס דרייען זיך ארום ביי היימישע אידן מיט טויזענטער באטייליגער, גיבט א קוק וויפיל טעלעגראם טשענעלס מיט טויזענטער היימישע אידישע פאלאוערס איז דא, גיט א קוק אויף פעיסבוק און טוויטער, דארט שטעקט דער אמת, דארט זעהט מען אביסל וואס עס טוט זיך אפ, מען גייט אריין צו א חתונה, כמעט נישטא קיין מענטשן אן קיין סמארטפאונ'ס, יעדער כאפט קליפס, מען דארף נעבעך ארויסהענגען גרויסע "שיינע טאוולען" פון השומרים זיך בעטנדיג מען זאל נישט ארויסנעמען די פאונס ברבים... דאס איז דער אמת וואס גייט פאר! דאס וואס דו זעהסט ביים ספרים שראנק אין ביהמ"ד מיינט גארנישט, זילטש, עטץ קענטס טראכטן וואס עטץ ווילטס, ויקרא שמו בישראל "געווינס", אבער די נצחונות וועלן אייך נאך באנק טאן, ענקער נארישע באבל גייט באסטן מיט א הילכיגן קראך, און מען וועט צוריקקוקן וועט מען נישט ענדיגן לאכן פון ענקערע "נצחונות"....
דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים