Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אפילו בהסתרה

אפילו בהסתרה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12700
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 12:45 am#416391
אפילו בהסתרה
אין היינטיגע צייטן, ווען הסתר פנים בושעוועט אין אונזער קליין וועלטעל, און א חושך מכסה פארנעפעלט אונזער כדור הארץ, איז א התגלות אלקית, אזוי ווי אן השגחה פרטית וואס שרייט פון זיך אליין "אצבע אלקים הוא זה”, אזוי וווי אן עמער וואסער פאר א וואנדערער אין די זון באקעדיגע סהארא מדבר.

דער אנדערע וואך, האבן מיר זיך באגעגענט מיט אזא עפיזאד. א בחור אין זיין ימי הבגרות, דער בחור מיט א ברייטע שטערן, א גרויסע קאפל , לאנגע געלע פאות, און צייכענעס פון הארעלך אויף זיין באק, וואס ווי גראזעלעך וואס שפראצען ארויס אין ספרינג און טראגען מיט זיך א בשורה פון אט אט גרינע באוואקסענע פעלדער, טראגן זיי אויך א בשורה אז זה השערות קטנות זקן גדול יהיה.

א קיצור, דער בחור זאגט מיר ער פארשטייט נישט די היינטיגע אפיקורסים און די אלע וואס צווייפלען מיט זייער אמונה "מען ברויך זיך נאר ארומקוקען און אלעס שרייט אז תורה מן השמים און עס איז קלאר כשמש בצהרים אז אידן פון ברוקלין אין ירושלים זענען דעם אייבשטערס שפיגעלע" זאגט ער מיט א טיפע איבערצייגונג.

נעם למשל אזא זאך ווי קינדער, איז ער מיר מסביר בטוב טעם ודעת , "קוק דיך ארום אין גאנץ אמעריקע ביי גוים און פרייע צוגלייך, וויפיל איז די עווערדזש קינדער וואס זיי האבן? צוויי, דריי? ווידעראום א נארמאלע חרדישע משפחה האט צווישן זעקס און אכט נפשות, ברויך מען דאך זיין ממש בלינד נישט צו זען דעם יד ה', דהיינו, ער ווייזט אונז קלאר אז ער ברויך אונזערע קינדער מער ווי זייערע, ס'איז דאך ממש ווי די כשרע בהמות אין די צייטן פון נח, וואס השם האט באפוילן ער זאל ברענגן אין די תיבה זיבן אנשטאט צווי".

"נאך מער" פארטיפט ער זיך אין זיינע מחשבות, "אפילו ביי אונז אליין נאך די מלחמה זעט מען אז אן עווערזש משפחה האט געהאט צען, צוועלעף קינדער. ווידער היינט צו טאגס, איז עס ווייניגער עס האלט בערך ביי אן עווערזש פון זעקס ביז אכט נפשות פער משפחה. זעט מען דאך באשיינפערליך אז נאך די מלחמה ווען עס איז געווען א איבערפלוס פון נשמות וואס האבן געברויכט אראפקומען האט געמוזט זיין צוועלעף פער משפחה, איינמאל עס איז געווארן מער פלאטץ דארט אויבן האט מען גענידערט די קוואטע צו זעקס אדער אכט. נו, פירט ער אויס, ווי קען מען האבן ספקות נאך אזעלעכע קלארע ראיות???

נו אז מען האט דער קאפ אויפן פלאטץ, או מען האט די ריכטיגע ברילן זעט מען טאקע ווינדערלעכע זאכן.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 12:59 am#416393
דערמאנט מיך וואס מ'זאגט אויף די גבאי פון איינע פון די פריערדיגע רבי'ס, וואס איז געווען אן אלטע בחור. האט מען אים אמאל פארגעהאלטן אז ער מוז חתונה האבן צ'ט קענען האבן קינדער. נע זאגט ער, צו האבן קינדער קען איך פארן קיין בעלז אין באקומען א ברכה
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 2:49 am#416400
שמעון וואלף: מ'פארציילט די מעשה אויף יהושע בהמה. דער גבאי פונ'ם ראפשיצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער טראכט נאכנישט פון חתונה האבן. האט ער געזאגט אז ס'פעהלט נישט אויס. כדי צו האבן קינדער וועט ער באקומען א ברכה פונ'ם רב...!
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 3:02 am#416402
דער בחור איז א שטיקל תמים. די סיבה איז ווייל מיר היימישע האבן בוני עולם, די גוים האבן נישט בוני עולם.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 7:26 am#416411
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: מ'פארציילט די מעשה אויף יהושע בהמה. דער גבאי פונ'ם ראפשיצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער טראכט נאכנישט פון חתונה האבן. האט ער געזאגט אז ס'פעהלט נישט אויס. כדי צו האבן קינדער וועט ער באקומען א ברכה פונ'ם רב...!

דער ראפשיצער רב האט געפרעגט ''און וואס וועט זיין מיט קינדער?''

האט ער געענטפערט: "אויף צו האבן קינדער קען איך דאך פארן קיין בעלזא''
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 2:44 am#416467
במחשבה שניה, קען מען אפשר זאגן אז דאס איז נישט אזא התגלות, צוליב רויטע וואנצעס טענה אז מיר אידן האבן בוני עולם, אבער דאס אז אין 2018 האבן מיר הייפעלע אידעלעך מצליח געווען צו באשאפאן אזא וועלטעל ווי א בחור א בר דעת קען זאגן אזעלכע הבלים מיט אזא זעכערקייט, אז גוים פייגערן צו האבן צוועלעף קינדער נאר מען געט זיי נישט, דאס איז שוין יא חוץ לדרך הטבע...
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 2:57 am#416468
יתרו האט געשריבן:במחשבה שניה, קען מען אפשר זאגן אז דאס איז נישט אזא התגלות, צוליב רויטע וואנצעס טענה אז מיר אידן האבן בוני עולם, אבער דאס אז אין 2018 האבן מיר הייפעלע אידעלעך מצליח געווען צו באשאפאן אזא וועלטעל ווי א בחור א בר דעת קען זאגן אזעלכע הבלים מיט אזא זעכערקייט, אז גוים פייגערן צו האבן צוועלעף קינדער נאר מען געט זיי נישט, דאס איז שוין יא חוץ לדרך הטבע...

ווי האט יענער געזאגט: עס איז נישט אזא רבותא אז דער מהר"ל האט באשאפן א גולם, עס איז א גרעסערע רבותא אז דער מהר"ל האט באשאפען א ספר נצח ישראל, והוא הדין הכא עס איז נישט אזא התגלות אז אידן האבן צוועלעף קינדער, עס איז א גרעסערע התגלות אז אידן האבן באשאפן א בחור וואס קען האלטן אז דאס איז א התגלות ודו"'ק כי מתוק היא.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 3:09 am#416469
Re: אפילו בהסתרה
איך האב א קאזין, א חסידישער פרישע יונגערמאן, וואס איז אויפ׳ן קאזענ׳ס וואטסעפפ גרופע. האט ער געלייגט א meme מיט אן אומאיידעלע וויץ, נישט כאפענדיג די וויץ בכלל, צוליעב זיין פארמאכטקייט. מיין שוועסטערס האבען זיך צולאכט אויף אים, האב איך געזאגט אז עס איז פארקערט, אין 2018 קען א יונגערמאן מיט וואטסעפפ, נאכאלס זיין אזוי אפגעזונדערט.

וואויל איז אים!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 1:43 pm#416493
אוי איז דיין "פארמאכטער" חסיד'ישער קאזין אן אינטערגעציפטער..
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 3:58 pm#416499
Re: אפילו בהסתרה
איך האב פונקט געהערט אפאר טעג צוריק א יונגערמאן זאגן אויפן טעלעפאן מיט א צוהאקטע ענגליש, I have him by the b..
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:36 am#416556
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:נעם למשל אזא זאך ווי קינדער, איז ער מיר מסביר בטוב טעם ודעת , "קוק דיך ארום אין גאנץ אמעריקע ביי גוים און פרייע צוגלייך, וויפיל איז די עווערדזש קינדער וואס זיי האבן? צוויי, דריי? ווידעראום א נארמאלע חרדישע משפחה האט צווישן זעקס און אכט נפשות, ברויך מען דאך זיין ממש בלינד נישט צו זען דעם יד ה', דהיינו, ער ווייזט אונז קלאר אז ער ברויך אונזערע קינדער מער ווי זייערע, ס'איז דאך ממש ווי די כשרע בהמות אין די צייטן פון נח, וואס השם האט באפוילן ער זאל ברענגן אין די תיבה זיבן אנשטאט צווי".
"נאך מער" פארטיפט ער זיך אין זיינע מחשבות, "אפילו ביי אונז אליין נאך די מלחמה זעט מען אז אן עווערזש משפחה האט געהאט צען, צוועלעף קינדער. ווידער היינט צו טאגס, איז עס ווייניגער עס האלט בערך ביי אן עווערזש פון זעקס ביז אכט נפשות פער משפחה. זעט מען דאך באשיינפערליך אז נאך די מלחמה ווען עס איז געווען א איבערפלוס פון נשמות וואס האבן געברויכט אראפקומען האט געמוזט זיין צוועלעף פער משפחה, איינמאל עס איז געווארן מער פלאטץ דארט אויבן האט מען גענידערט די קוואטע צו זעקס אדער אכט. נו, פירט ער אויס, ווי קען מען האבן ספקות נאך אזעלעכע קלארע ראיות???

מורינו ר' בנימין פרענקלין מב"ח שליט"א
לייקתי דיין תגובה, הגם אז איך האלט אז יש מן האמת אין דיין יומאר בשם דעם בחור.

לב מלכים ושרים ביד ה',

וועמען מיינסטו האט אריינגעגעבן פאר ליבעראלע גויים און פאר יודען וואס זענען מעהר ווייט פון דרך האמת צו מינימאליזירן קינדער?

ווער ס'האט אביסל דורך געטוהן דער עניין פון השגחה פרטית, ווייסט אז די דזשאוק וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם בחור'ס מויל איז גארנישט קיין דזאוק.
דער אויבערשטער איז מלביש זיין דרכי הנהגת העולם בדרך הטבע אין צומאהל ליבעראלע שיטות זענען די וועג צו פיהרן דאס אזוי.
צו אט די מסקנא אז פון דא זעהט מען אז דער אויבערשטער האט ליב דעם און פיינט יענעם ברויך מען זיין גאר טאלאנט-פול אנצוקומען,
אבער בשורש הדבר יש הרבה מן האמת
ואכמ"ל
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 9:55 pm#416598
Re: אפילו בהסתרה
און דער גאט פירט מיר ביים האנט בשעת׳ן שרייבען דא. וואס האט מען אויפגעוויזען און וויאזוי? זאג איבער נאכאמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 23, 2020 10:09 pm#443306
Re: אפילו בהסתרה
דאס גיבט א נייע באדייט צו די גמרא אין ב״ב ס: אז בגלות ווען ס׳איז דא גזירות על קיום המצות דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין. און תוס׳ זאגט דארט אז ס׳גייט ארויף אויף האבן מער ווי א אינגל און מיידל; ווען ער׳ט שוין מקיים געווען פו״ר ע״ש.

איז דאס די פשט. ווען איינער קומט טענה׳ן אז אפילו היינט... איייייי... ווען די רשעים ווילן עוקר זיין די דת... אייייי... און דאך זעהט מען בחוש ווי... אהעם... ״מ׳גיבט פון הימל״ מער ווי פו״ר, קומט דאס מחמת דאס וואס מ׳נעמט אן אז מוטב שיהיו שוגגין, מ׳איז אזוי ווי א שוגג וואס ווייסט נישט וואס טוהט זיך...