Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » לבלר - נייע תורה אויסגאבע פון מאמענט

לבלר - נייע תורה אויסגאבע פון מאמענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12714
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 4:12 pm#416695
לבלר - נייע תורה אויסגאבע פון מאמענט
אינעם מאמענט פון די וואך איז דא א גרויסע מודעה וועגן א נייע אויסגאבע וואס גייט ארויסקומען מיט'ן נאמען "לבלר".

ווי מ'הערט וועט דאס זיין א תורה אויסגאבע וואס וועט קומען אינעם מאמענט פעקל אזוי ווי נפשי, ידעתי, וכו'.

די נעמען וואס ווערן אויסגערעכענט זענען לייבן אין די וועלט פון תורה שרייבעריי, כאטש מסתמא אפאר פון זיי, למשל ר' עזריאל טויבער, וועט סתם זיין נאכגעשריבענע זאכן, און נישט ארגינעל פאר לבלר.

אויב טאקע האבן זיי ר' סיני מלוביצקי צו שרייבן נייע ארטיקלען לוינט זיך פאר דעם אליין!!
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:15 pm#416712
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:44 pm#416734
אונז עמיר נאך ווערן (אי"ה) תלמידי חכמים אויך. סייקאלאדזשיסט זעמיר שוין ב"ה געווארן. למחצה. לשליש ולרביע. אדער לכה"פ גוטע פאציענטן. מ'ווייסט וויאזוי צו רעדן צו א טעראפיסט...!

בכל אופן, דער נפשי אפטיילונג איז זייער א גוטע זאך פאר דעם וואס דארף עס, און אפילו פאר דעם וואס דארף עס נישט...!

איך טראכט ערנסט אויפצוגעבן מיין באס דרייווינג. און ווערן א טעראפיסט. איך וועלל מיר געבן א נייעם נאמען. פון היינט (אדער מארגן) אן, וועל איך הייסן... "הרב בערל" דער טעראפיסט (געוועזענער בערל בעל עגלה)... און אויב איינער וועט קומען צו מיר פרעגן א שאלה אלס... "רב", וועלל איך אויכעט קענען פסק'נען...

ומעשה שהיה, א איד איז געקומען אין ביהמ"ד און ער האט פארציילט אז דעם פארגאנגענעם שבת האט ער געהאלטן די בעבי אויף זיין שויס, און ס'האט אריינגעטראפט א ביסל מילעך פון די באטי אין טשולענט. האט ער געפרעגט וואו ער קען נאכקוקן די הלכה. האביך אלס "רב"... געזאגט אז ער זאלל ארויסנעמען א משנה ברורה הלכות שבת און נאכקוקן. האט ער געפרעגט, פארוואס עפעס הלכות שבת...?! האביך איהם געענטפערט... "ווייל שבת עסט מען טשולנט"... איז צוגעקומען א צווייטער חכם און ער זאגט, נעה... דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט... מ'דארף נאכקוקן ביי הלכות טריפות...!

נ.ב.: דער אויבנדערמאנטער דזשאוק איז באזירט אויף אן אמת'ע מעשה.
נ.ב. חלק ב': ווער ס'איז שטארק נייגעריג, קען איך אין אישי פארציילן די עכטע מעשה...!
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:54 pm#416736
הרב מרדכי גנוט קוקט אויך אויס צו זיין א שטיקל דערגרייכונג
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:58 pm#416737
די שאלה איז אויב ער גייט שרייבן פאר לבלר אריגינעל אדער מ'וועט פשוט נעמען זיינע זאכן
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:02 pm#416738
וואס מיינט נעמען זיינע זאכן?
נעמען א דבר בעתו לוח און שרייבן פון דארט קרישקעלעך? ווי נאך שרייבט ער אז מען זאל קענען לקח'נען פון אים חומר?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:11 pm#416739
ס'איז דא פון אים אסאך סחורה אין ישראלישע פאפירן. כ'מיין אז אין המבשר.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:43 pm#417396
לבלר 1
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:15 pm#417404
קיקט אויס הערליך!!
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:19 pm#417406
דעטס רייט! סאונד זייער אינטערעסאנט. נאר מאמענט קען זיך אונטערנעמען אזעלכע זאכן. עס איז צום האפן אז דאסמאל וועלן מיר נישט אנטוישט ווערן.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 8:36 am#417413
מיימון האט געשריבן:דעטס רייט! סאונד זייער אינטערעסאנט. נאר מאמענט קען זיך אונטערנעמען אזעלכע זאכן. עס איז צום האפן אז דאסמאל וועלן מיר נישט אנטוישט ווערן.

און די איי וועלט פיסקעס זאלן זיין שטיל
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:31 pm#417457
//
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 9:00 pm#419096
ווען קומט ארויס צווייטע אויסגאבע?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:25 am#419233
Re: לבלר - נייע תורה אויסגאבע פון מאמענט
מצפצף האט געשריבן:ווען קומט ארויס צווייטע אויסגאבע?

לכאורה פרשת שמות
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 2:29 pm#419423
קומענדיגע וואך
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 2:39 pm#419424
דאס אינטולעקטאלע מענטשהייט קענען זיך נישט דערווארטן אויפן ערשיינונג פונעם לבלר.
אזא אינהאלסרייכע זאמלונג פון זאכליכע און אינפארמאטיווע ארטיקלך איז ווירקליך א דורכבראך אין די תורה-אינטולעקטאלע וועלט. באלערענדע ארטיקלן אפגעפילט מיט וויסנשאפט און אינפארמאציע, געשריבן א פליסיגער גרעמאטישער אידיש, דורך העכסט טאלאנטפולע שרייבער, יעדע ארטיקל באזונדער און ווערד אן ארטיקל... כה לחי.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:01 pm#419927
לבלר 2
דינסטאג פעברואר 19, 2019 9:56 pm#424808
לבלר 4
לבלר 4
זונטאג מערץ 17, 2019 7:57 pm#426679
לבלר 5
זונטאג מערץ 17, 2019 8:00 pm#426681
אויף טעלעגראם
@lavlorjournal
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:19 am#428688
לבלר ניסן
מיטוואך אפריל 17, 2019 2:02 pm#428705
אינהאלט
דאנערשטאג יוני 20, 2019 11:39 am#432142
לבלר 8 - חודש סיון
דאנערשטאג יוני 20, 2019 11:40 am#432143
לבי ובשרי האט געשריבן:לבלר 8 - חודש סיון

א חידוש פארוואס אין ק"ש איז נאכנישט פארהאן אן אשכול איבער דעם ר' יהושע'נען.

כ'מיין אז איך העל מוזן גיין פתיחה אויב וועט זיין צייט
מיטוואך יולי 17, 2019 11:46 pm#433307
תשעה ירחי לידה
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:24 pm#433331
סומאטוכע פון די יושבי קרנות האט זיך אנגעהויבן...

מחשב האט געשריבן:ווייסט עמיצער, פארוואס קינדער דארפן זעהן אז עס זענען דא חשוב'ע פרומע אידן, וואס האבן פשוט פיינט דעם אייבירשטען?! יא, פשוט אזוי?! אלס קינד האט איר אמאל געהערט אזא סארט מושג?


ס'זאל זיין בדרך צליחה.

היינט איז א וועלט וואס עס איז פארבאטן צו רעדן וועגן אמונה. אין דערפאר זענען מיר די אויפגעקלערטע.
כאפסט?
פרייטאג יולי 19, 2019 2:07 am#433372
על מי יצא הקצף?
פרייטאג יולי 19, 2019 11:16 am#433377
בן ישי האט געשריבן:על מי יצא הקצף?

ר' אבא לעזער
מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:32 pm#434838
אב
פרייטאג יאנואר 10, 2020 2:11 pm#441263
כ'זע אז אינעם ארטיקל איבער די עמודים פון בית המקדש אין סט. פיטער, האבן זיי נישט אריינגעלייגט א בילד פון... די עמודים!

אט האט איר, לזכות בהן את ישראל.