Under maintenance
הויפט זייט » איך בין נישט מכיר

איך בין נישט מכיר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12715
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:40 pm#416713
איך בין נישט מכיר
דער ווינטער האט זיך צעלאזט, ער האט זיך אנגערוקט מיט א נאסער שניי מיט א גראד שטאפל וואס איך גלייך נישט.
מיר ערליכע אידן האבן אלעמאל געוואוסט אז אינמיטן נאוועמבער האט נישט שניי קיין שום רעכט אראפצופאלן זאל נאר זיין א האלבע אינטש, יעצט אז ס'האלט ביי דריי איז שוין כלו כל הקיצין.
איך הענג א שילד אויפן טאראסע, 'אין אנו מכירים בחורף המוקדם'!
מיינע קינדער טארן בשום אופן זיך נישט שפילן אין אזא שניי.
פאר קאמפענסעישען האב איך צפעציעל פארפאסט א לידל מיט וואס זיי זאלן זיך קענען אינטערהאלטן אנשטאט שפילן מיט דעם שרעקליכן אינוואדירער. איך גיי נישט מפרסם זיין דעם גאנצן ניגון אבער איין חלק דערפון גייט ווי פאלגנד: בחורף המוקדם אין אנו מאמינים, ובשלגותיכם אין אנו משחקים, בדרך העולם נלך זמן לאש זמן למים וכו'.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:50 pm#416714
Re: איך בין נישט מכיר
m https://www.zerohedge.com/news/2018-11- ... all-global m

Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:57 pm#416716
ווער האט דיר איינגערעדט אז עס שנייט..?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 7:07 pm#416717
בילד
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:57 pm#416725
יין שרף האט געשריבן:ווער האט דיר איינגערעדט אז עס שנייט..?


קען גאר זיין ער האט זוכה געווען צו א גילוי פון גילגול שלג און א גילגול מחילות בבת אחת...
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:16 pm#416726
קל וחומר: ייש"כ. דער משל איז מורא'דיג. און דער נמשל , נאך בעסער. ס'איז ממש מקויים געווארן דער פסוק..."נמשל, כבהמות נדמו". נישט נאר כבהמות. נאר בהמות אליין. און מטורפים אויכעט...צוזאמען מיט זייערע ברידער אויף דיוויזשן עוועניו אין וויליאמסבורג...!
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:33 pm#416730
Re: איך בין נישט מכיר
אז ס'האט געקענט שנייען דעם ערשטען טאג חוה"מ ווען מ'האט שוין אנגעהויבן זאגן מוריד הטל מיט ותן ברכה, קען שוין יעצט אין סאמע הערבסט ווען מ'זאגט נאך ותן ברכה אויך שנייען
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:40 pm#416732
Re: איך בין נישט מכיר
פארוואס אינזערע עלטערענס שיפן האבן נישט געקענט לאנדן אויף די קאליפארניע ברעגעס ווייסט איין גאט.
העכסטענס וועלט סאכדעס זיך געגרינדעט דארט אינעם ווארעמען וועסט ערגעץ אין האליוואד און ס'וואלט ווען געווען סאך מער אויף וואס מוחה צו זיין. און דער מער פרומערער עולם וואלט זיך אריין גערוקט מער צו די אינעווענדיגסטע שטעט ווי אריזאנא ווי ס'איז אגאנץ יאר גאר א פיינע קלימאט אהנע דאגות פון פריע אדער שפעטערע שנייען מיט פארקריפעלטע לעכעריגע שאסייען. מי יתן והי'
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:24 pm#416741
Re: איך בין נישט מכיר
m https://www.yahoo.com/news/latest-cool- ... 05743.html m
ווען די וואלסט געווען דארט יעצט וואלסטו געוואלט זיין דא...

Sent from my SM-G965U using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:27 pm#416742
דער גאלדענער אדלער: דו האסט אבער פארגעסן אז אין יענע מערב געגנט ווי קאליפארניע און אריזאנא זענען דא גרויסע וואלד פייערן. אזוי ווי יעצט אין דרום און צפון קאליפארניע.

ס'איז בבחינת אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ..."בבוקר תאמר, מי יתן ערב. ובערב תאמר מי יתן בוקר"....! ווען מ'וואלט געוואוינט דארט וואלטן מיר געזאגט אוי. הלוואי וואלטן אונזערע עלטערנ'ס שיפן געלאנדעט אין ניו יארק אדער ניו דזשערזי. גלייב מיר. נאכ'ן ערשטן ערדציטערניש, וועין דער קריסטאל שענדעליער שאקלט זיך ווי א סווינג. און אלע ספרים פאללן אראפ פון די שעלווס. אדער נאך בעסער. ווען דער גאנצער תוכן פונ'ם טשיינע קלאזעט פאלט ארויס אויף די ערד אין דיינינג רום, וואלסטו שוין געוואלט נעמען דעם ערשטן טרעין ארויס פון דארט...!
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 1:39 am#416746
וואלד פייערן איז נאר אין א קליינע חלק פון קאליפארניע, ארום די לאס אנדזעלעס סאן פרנסיסקו געגענטער, צפון קאליפארניע ווי סען דיעגא איז נישטא קיין פייערן אין אריזאנא זענען נישטא קיין פייערס און נישט קיין ערד ציטערנישן. ס'דא אין די וועסט טויזענטער מיילן פון גאר גוטע קלימאט און ריינע געזינטע לופט. לאמיר זיך נישט נארן, ניו יארק איז נישט פון די בעסטע קלימאט און אומסטאבילע וועטערס, סיי זומער און סיי ווינטער נעמט אסאך צייט מיט היפש רינעדיגע נעזער ביז די וועטער סעטלען זיך. די וועסט האט אסאך א בעסערע קלימאט ווי די אין ניו יארק
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:02 am#416749
אבער אין אריזאנא איז דא זאלץ
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:07 am#416750
און די מצות וואלטן געקאסט ביליגער לכבוד דעם
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:10 am#416751
האהאהא! מיינסט טאקע?
די געלט וואלט געגאנגען ערגעץ אנדערש, מעגסט מיר גלויבן.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:37 am#416752
אה"נ, זיי וואלטן אויפגעקומען מיט נייע מיני מצוות און גזירות פון וואו צו ריפן דעם עולם גולם
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 10:49 am#416753
עולם גולם - (נניח אז דאס מיינט רוב מענטשן זענען בית נישט אלף'ס betas vs alpha) לאמיר דאס אפלייען אין א פאזעטיווע פארמאט. לדוגמא מצה בעקעריי. איך שלאג פאר מזאל עפענען א בעקעריי דורך דעם ציבורית דיגיטל. מ'קאן דאס געלט שאפן דורך go fund me. נא געגאנגען מצות פאר קאוסט.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 12:47 pm#416756
פארוואס זאל א מצה בעקעריי זיין א סאציאליסטישע אונטערנעמונג? געוויסע זאכען דארפען זיין ציבור'דיג. לכאורה איז א מצה בעקעריי נישט פון זיי. עפען עס פאר געלט, מאך זיכער אז מ'היט די הלכה, נישט אויסגעטראכטע חומרות, הן פון לאנג איילאנד ווייץ הן פון אריזאנא ווייץ, וואס ביידע זענען בלויז תירוצים פאר מחלוקת. לאמיר זען צו עס איז דא אן עולם וואס דארף עס.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 4:08 pm#416761
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער אין אריזאנא איז דא זאלץ

ס'איז טאקע דא זאלץ. ס'איז אבער נישטא קיין שניי. וואס 'עט מען טון מיט די גראבע זאלץ...?!
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 5:04 pm#416763
Re: איך בין נישט מכיר
אז מען רעדט קוין פון זאלץ.
מען האט געפרעיגט אמאל די קלויזנבורגע רב וועלכע זאלץ מען דארף ניצן האט ער גענטפערט מען זאל פרעיגן די התאחדות ווייל זיי ווייסן גוט וועלכע זאלץ צאפט גוט די בלוט.
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:54 am#416793
איך האב געהערט די מעשה'לע מיט א קליינעם שינוי. ווען התאחדות איז ארויסגעקומען אז מ'זאלל נאר ניצן די גראבע שטיין זאלץ, איז געווען א סאך רבנים וועלכע האבן געהאלטן אנדערש. ווען מ'האט געפרעגט דעם קלויזנבורגער רב זצ"ל, האט ער געזאגט אז ווען ס'קומט צו צאפן בלוט זענען די התאחדות באגלייבט
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:59 am#416799
ביידע גירסאות זענען פיין. אפשר אינאך דא א דריטע גירסה אויך??
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:33 pm#416806
די מעיארס אפיס האט ארויסגעשיקט א בליץ מעסידזש לענין די שניי פארגאנגענע וואך אז אויב האט איינער געזען א שניי שארער טראק אין ניו יארק זאל ער ביטע רופן 911 ווייל דאס איז א גע'גנב'עטע טראק...