גדליה האט געשריבן:@בענדזשאמין פרענקלין
1. דאס וואס דו שרייבסט אז שטודיעס ווייזען אז ביז 75 פראצענט מענטשען וואס גייען פאר טעראפי איז עס אפעקטיוו, איז פשט אז מ'האט געזען 75 פרעצענט מער ווי ביי די קאנטראל גרופע אין די שטודיעס ?
אויב יא קענסטו אפשר שיקען א לינק פליז.
2. נאך א זאך, ס'דא א שטודיע וואס מ'האט געמאכט ווי איין גרופ האט גערעדט צו א טעראפיסט און די צווייטע גרופ האט זיך אויס גערעדט צו סתם א מענטש וואס איז נישט א פראפעשענעל?
איך וואלט שטארק געוואלט וויסען אויב סאיז דא אזא שטודיע.
3. אגב רוב גוטע טעראפיסטען וואס האבן א אייגענע פראקטיצירענג טשארדזשען מינימום 2 מאות א וויזיט (וואס באשטייט פון קארגע 45 מינוט, דהיינו איבער פיר טאלער א מינוט)
1. דער ענטפער איז ניין, און עס ווענד זיך אויף וואספארא אישו. געוויסע פראבלעמען אזוי ווי דיפרעששן וואס קען אוועקגיין מיט די צייט פון זיך אליינס (ד"ה דער מענשט גייט דורך אליינס אן acceptance process ) איז די חילוק קלענער למשל אן טערעפי קען זיין 30 פראצענט און מיט טערעפי 75 אבער געוויסע דיסארדערס ווי OCD איז די חילוק סך גרעסער כמעט גארנישט צו 75 פראצענט. ווייל א מענטש איז נישט ביכולת כמעט זיך אליינס צו היילן. אולי ביי חמין במוצאי שבת וועלן מיר מער מאריך זיין אין די דיטעלס פון די דאטא.
2. עס איז דאכט זיך דא אזעלעכע שטודיעס ווי איך געדענק פון ימי לימודי, אבער געציילטע. די סיבה איז ווייל זיך אויסרעדן צו א מענשט קען אריינגיין אין די אלגעמיינע Person Center Therapy approach פון Carl Rogers . אדער ווי מען רופט עס אין Talk Therapy. איי וועסטו פרעגן אויף זאכן וואס טאלק טערעפי העלפט זאל מען גיין צו א חבר און זיך אויסרעדן? דער תירוץ איז אז מען ברויך עס טוען מיט געוויסע קאנדישענס אזוי ווי , empathetic understanding, realness, unconditional positive regard, active listening וכו',
ממילא איז זייער שווער צו מאכן א קאנטראל גרופ ווי מען רעדט זיך אויס פאר סתם א מענשט ווען די סתם מענשטן פאלוען נישט קיין מעניועל. און אנדערע ווערטער עס קען זיין אז א חלק מענטשן וועלן פשוט פראקטיצירן געוויסע חלקים פון די טערעפי אומוויסענדיג, און וועגן דעם טאקע זעט מען אסאך הצלחות ביי זיך אויסרעדן ביי געוויסע מענשטן וואס האבן נארטילעך א חלק אדער אלע קאנדישענס. אבער הער עגין, טאלק טערעפי אליין העלפט א רעטעך פאר OCD למשל (אן פארשטיין גוט די מחלה, און ווי אזוי צו נוצן the person center approach צו העלפן דעם מענשט מיט זיין OCD).
3. קענענדיג גוט דעם פעלד קען איך דיר זאגן אז עס זענען דא גאר גאר געלונגענע טערעפיסטן ווואס ארבעטן אין קליניקס געוויסע שעות, אידן און גוים צוגלייך, וואס די קענסט עס באקומען בחנם אדער מיט א גוטע אינשורענס, און אפילו אין פרייוועט פראקטיצירינג זענען דא אסאך וואס נעמען נישט מער ווי 150-125. עס איז לאו דוקא די וואס מאכן די מערסטע נויז, און רייסן די מערסטע געלט, און פארשטייען צו PR, אדער די וואס די רבנים עסקנים מנהלי המוסדות שיקן צו זענען די וואס טויגן די מערסטע.