Under maintenance
הויפט זייט » רשעות לשם שמים

רשעות לשם שמים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12726
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:40 pm#416957
רשעות לשם שמים
איך הער היינט א שמועס אין בעסעמדערש וועגען אייסיס. איינער, לאמיר אים רופן ר' גד, האט אראפגעלייגט ווי די אייסיס חברה האקען אראפ קעפ און טעראריזירן מענטשען. רופט זיך אן ר' שמאול, קוק אהער, די אייסיס חברה זענען טאקע שעדליכע מענטשען, אבער למעשה רוב פון זיי לעבען שוין נישט, און וואס דארף מען רעדען וועגען זיי, אויסער דעם, איך פארשטיי אז די אייסיס חברה טוען שעדליכע זאכען, אבער למעשה מיינען זיי דעם באשעפער, און זיי זענען זיך אפילו מוסר נפש! יעדע ווייסט אז זיך אנצוהייבען מיט די אמעריקאנע מיליטער איז נישט קיין שפיעל, און דאך די אייסיס חברה האבען נישט מורא פון גארנישט און האקן קעפ כאילו לא היה.
דאס מיינט נאכנישט אז איך האלט פון טערארירזם, לייגט ר' שמואל שנעל צו, איך זאג פשוט אז לשיטתם טוהן זיי למעשה א נאבעלע זאך אפילו די האלטסט נישט פון זייערע מעטאדען. און אוודאי ברויכסטו נישט בארעדען מענטשען וואס געבען זיך אוועק זייער גאנץ לעבען פאר זייער ג-ט.
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:50 pm#416960
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:50 pm#416961
גדליה האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:51 pm#416962
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

ביי די אראבער וועל איך פרעגען וואס זיי זאגען צו די חסידישע טעראריסטען :D
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:52 pm#416963
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

נעוואדע, מפרייט זיך מיט א מצוה
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:57 pm#416964
Re: רשעות לשם שמים
גדליה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

ביי די אראבער וועל איך פרעגען וואס זיי זאגען צו די חסידישע טעראריסטען :D
פארוואס מיינסטו אז זיין 'אראבער' איז אן אנדערן ווי דיין אז דו זאלסט דארפן לויפן צו חסידים?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:00 pm#416966
באמת כאפ איך זיך יעצט אז די שמועס איז טאקע געווען אין די מאסק דא אין שכינות, צווישען עבדאללא און מחמוד
כהאב בטעות אויפגעטוישן צווישען א מעטשעט און א שוהל
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:02 pm#416967
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:04 pm#416969
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?

זיכער אז נישט.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:04 pm#416970
Re: רשעות לשם שמים
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?
דאס גייט צוריק צו די שמועס פון דיין אשכול.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:07 pm#416971
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?

זיכער אז נישט.

בקיצור זאגסטו אז מ'קען האקען קעפ פון מענטשען אבער טאמער מיינט מען באמת לשם שמים טאר מען יענעם נישט בארעדען? דאס איז וואס דו זאגסט?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:12 pm#416973
אויב איינער איז באמת איבערצייגט אז האקן קעפ איז די ריכטיגע זאך צו טון, וואסערע טענות קענסטו האבן קעגן איהם?! אדרבה, אויב וואלט ער נישט געהאקט קעפ, הערשט דעמאלטס וואלט מען איהם געדארפט בארעדן.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:12 pm#416974
קל וחומר האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?
דאס גייט צוריק צו די שמועס פון דיין אשכול.

לאל.. כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז זיי מאלעסטן לשם שמים..
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:32 pm#416978
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב איינער איז באמת איבערצייגט אז האקן קעפ איז די ריכטיגע זאך צו טון, וואסערע טענות קענסטו האבן קעגן איהם?! אדרבה, אויב וואלט ער נישט געהאקט קעפ, הערשט דעמאלטס וואלט מען איהם געדארפט בארעדן.

המממ...
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:14 pm#416986
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

שמעקעדיג: דו דארפסט נישט גיין צו די אראבערס. דו קענסט אנפרעגן ביי זייערע גוטע פריינט. ס'איז ב"ה דא פון זיי אין אלע עקן פון די וועלט. אין ברוקלין. אין מאנסי. אין לאנדאן. אין אנטווערפן. אין ארץ ישראל...הלוא המה. (מיט'ן אזלא גרש, טראפ.). זיי וועללן דיר פונקטליך זאגן דעם פערספעקטיוו פון זייערע ברודערס די בני ישמעאל... (או.קעי. נישט ברודערס. קאזינס...)
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:47 pm#416994
ר' בערל טייערער, אייער סטירינג ווהיל האט אן ערנסטע פראבלעם, ס'איז רעקאמענדירט צו גיין צום מעקעניק ווי אמשנעלסטן... :)
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:51 pm#416996
פארפאלען, די אשכול גייט שוין אריינפאלען אין די פילאף - בערל - שמעקעדיג מערכה. חבל על דאבדין. באלד וועט ימים ידברו קומען כאפן א שטיקעל פון די חורבנות.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:56 pm#416997
האבען מיר שוין געהערט ר' גד'ס מיינונג און ר' שמואל'ס מיינונג,יעצט לאמיר אראפלייגן די מיינונג פון רבי פרחיה.
ר' פרחיה טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס טוהט מעשה רשעות, און א רוצח איז איינער וואס טוהט מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער דער גזלן מיינט נעבעך דעם באשעפער איז בכלל נישט מעלה ומוריד, ווייל די פראבלעם דא איז נישט די לשם שמים חלק נאר די מעשה רשעות, און דאס וואס יענע גלייבט אין עפעס א מיטאלאגיע וואס בארעכטיקט עם כלומפרשט די רציחה מאכט אים גארנישט ווייניגער רוצח. בסך הכל איז ער א הייליגע רוצח. איינע הרגעט פאר שנאה א צווייטע הרג'עט פאר קנאה א דריטע הרג'עט פאר רעליגיע.
איז געשטאנען דארט א קלוגע יוד מיט'ן נאמען רבי חיים, האט ער עס אראפגעלייגט קורץ און שארף, נעבעך א רוצח איז אויך א רוצח.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:15 pm#417004
ר' יואל טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס וויל זיין שלעכט, און א רוצח איז איינער וואס וויל טון מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער גזלן מיינט נעבעך אז ער טוט א גוטע זאך איז שוין איינמאל מעלה און מוריד, ווייל ער איז א גוטע מענטש וואס מיינט גוטס.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:23 pm#417005
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר' יואל טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס וויל זיין שלעכט, און א רוצח איז איינער וואס וויל טון מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער גזלן מיינט נעבעך אז ער טוט א גוטע זאך איז שוין איינמאל מעלה און מוריד, ווייל ער איז א גוטע מענטש וואס מיינט גוטס.

איך האב פאר אייך נייעס, יעדע מערדער האט גאנצעטע חשבונות פארוואס ער האט דווקא געמעגט, אפילו געמוזט ערמארדען דעם מענטש. סאו למשל דער פארשוין וואס האט ערמארדעט עלף אידען אין א שוהל איז נישט קיין רוצח ווייל ער האט געהאלטען אז ער טוט א גוטע זאך, ווייל ער האט נעבעך געגלייבט אז אידען קאנטראלירען די וועלט?
אחוץ אפשר מיינט איר צו זאגען אז ס'איז טאקע נישט דא קיין איין רוצח ווייל יעדע רוצח האלט אז ער טוהט גוט. אבער מיר גייען דא בפשטות אז ס'איז יא דא רוצחים און רשעים, די שאלה איז צו דאס וואס יענעמ'ס הצטדקות פאר די רציחה איז ג-ט אדער רעליגיע, צי דאס מאכט זיין רשעות ווייניגער.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:32 pm#417007
אלטע נייעס. נישט יעדע מערדער, אבער יא, איך ווייס דערפון.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:46 am#417018
דאכט זיך אז אויב וויל מען פארשטיין די חרדישע אידישע אידילאגיע צו מחלק זיןן ביין אייסיס להשומרים איז אין צוויי שורות אזוי
יעדע רשעות וואס א מענטש טוט און פארופט זיך מיט אן אמת אויף מקורות אין אן אמת'ערעליגיע (ליין: תורת משה ביי אידן) אפילט ער מאכט א טעות איז ער נישט קיין רשע, נאר א מסירות נפש איד וואס האט געמאכט א טעות! אזוי ווי אויב וואלט למשל פנחס געמאכט א טעות מיט הרגנ'ן זמרי וואלט ער נאך אלץ נישט געווען קיין רשע נאר א איד א צדיק וואס האט אויסגעפירט אטעותדיגע מסירות נפש אקט. דאס טייטש אזוי, אונזער רעליגיע געט א מקום פאר א טעות ווי לאנג דיין כוונתך רצויה פארן אידישן גאט. משא"כ דער אייסיס מערדער האט נישט דעם דעקונג און אונזער רעליגיע, ווייל זיין כוונה איז נישט רציוה פארן אידישן גאט ממילא בלייבט מען איבער נאר מיט א מעשה רשע.
אבער אדואי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 2:25 pm#417075
Re: רשעות לשם שמים
לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:08 pm#417091
אונטער חכם האט געשריבן:לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

אקעי ס'איז נישט שיין זיך צו פרייען ווען א מענטש איז בצער, אבער די שאלה איז א ריכטיגע, און די משל איז טאקע זייער פאסיג
בקיצור, איז דא א religious exemption פאר רוצחים און רשעים אזוי ווי ס'דא פאר וואקסינען?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:22 pm#417093
exepmtion פון וואס?