סאיז דורך שבת חנוכה מיט די ריכטיגע דעת והתבוננות איז דא באמת 5 דעה'ס בין החרדים בהענין,
דעת 1 הרב משה בראזעווסקי ודעמי' הימין באגודת ישראל כולל האדמורים סלאנים גור וויזניץ מהר"י, אז די יעצטיגע געזעץ וואס די בג"ץ פסלט איז שוין שרעקליך, זיי ווילען נישט מסכים זיין צו קיין געזעץ איבער גיוס בני ובנות ישראל, זיי ווילען גיין צו בחירות האלטנדיג אז דאס וועט זיין א רויטע לינע אויף קאלאציע,
ווייטער דעת 2 הרב יגאל רויזען וואס רעדט און נאמען פון די עסטעבלישמענט פון דגל התורה פארטיי טענהט אמת אז די געזעץ איז שרעקליך און יארען ארום, לעת עתה איז נישט שרעקליך, לאמיר נעמען די געזעץ און האפען אז ביז וואס ווען ווי וועט זיך טוישען זאכען,
דעת 3 עץ אורבאך פארטיי איז מער ווייניגער ווי הרב בראזעווסקי פון סלאנים מיט א שמיץ אריבער, איז גרייט צו טוען מער דראסטיש מיט מחאות והפגנות און זיך ארויסשטעלען מיט א מחלוקה א קעגין די אנדערע דעה'ס און א חלק איז גרייט אויפצוגעבען געלט, מיט א קלענער אפי' אויפגעבען צו גיין צו בחירות,
דעת 4 עדה החרדית זיין אפגעהאקט פון די מדינה כמעט אינגאנצען נישט אזוי ווייט ווי נטורי קרתא אבער נישט נעמען געלט נישט גייין בחירות און אוודאי נישט מאען פשרות בעניני גיוס,
דעת 5 איז די דעת תלמידי הרב קוק אז יעדער דארף ועלען דינען אין מילטער דאס איז די מצוה פון כיבוש הארץ און סדא מצוות ישוב הארץ בזמן הזה, איי און די מליטער איז דא פריצות, נו גייט מען און הסדר ישיבה וואס איז דא עפעס א קאנטראלע און באופן עיקרוני האלטען זיי פאר די מצוה איז שוקל איבער אלע אנדערע מצוות וכו'
יעצט לאמיר זיך נעמען צו די קריטיקערס,
הרב מלכיאל קאטלער טענהט בעיקר אקעגין די אסטעבלישמענט פון דגל התורה וואס טוט איר איר זענט גרייט צו מאכען פשרות אויף אזוינע עיקרי הדת? און טאמער איינער האלט נישט ווי אייך איז ער וואס? יעדער מעג זאגען א דעה, און קיינער טאר נישט צווינגען דעם צווייטען, א טענה!
קומט די נאוומינסקער און שיסט צוריק רוב רובם האלטען אז הרב חיים קניבסקי מיט הרב גרשון אדלשטיין זענען קובע, און די מיעוט דארף זיך בייגען צום רוב, און ברענג נישט די מחלוקה פון ארץ ישראל אהער, א טענה!,
למעשה איז אזוי!
צווישען די חסידישע קהלות איז דא א רעוואליציע אנדערשט ווי ביי דגל וואס איז געווארען שיין מסודר די רעכטע מיט אורבאך עץ, די אנדערע מיט דגל קניבסקי שטיינמאן אדלשטיין,
ביי די חסידים איז דא א גאנצע רייע פון חסידים נישט עדה'ניקעס נישט סאטמארע וואס זאגען מיר זעהן א בראך דא! צווישען זיי איז טשערנאביל שווארץ סלאנים זילבערבעג סאסוב וואזנער שניארסהאן ועוד הרבה,
דאס האט גורם געווען אז פיל חסידים האבען זיך מונע געווען צו גיין צו בחירות, זאגענדיג לאט'ס מיך אפ מיט די מדינה! און עס עפענט זיך נוטראלע מוסדות על טהרת הקודש, ווי פרומע לדוגמה באיאנע חסידים און אנדער וואס ווילען נישט קיין ליבה מיט גיוס שרייבען אן קינדער און עס פארעמט זיך א אורבאך פארטיי אן קיין מחלקה...
ממילא איז אזוי צו אלע מגיבים דא הערט אויף מיט זאגען כללים ווען איר זאגט א מיינוג זאג ווי וועם האלטסטו,
למשל ווען ליטוואק פון בודאפעסט שרייבט, לויט די שיטה פון דגל התורה, שרייבט ער, זאג מיר נישט אז דאס איז די אויסשליסלכע מיינוג, ס'דא צענדלגע מנהיגים וואס האלטען אז דאס מאכט א חורבן,
די ווילסט מיר זאגען אז הרב קוטלער האט א חשבון מיט זיין היתר מאה רבנים דערפאר איז ער א אורבאך חסיד! זאג וואס די ווילסט! אבער דעיס מאכט נישט סאסובער רבי טראכטען אז די געזעץ איז גיט!
אמת הרב דב לאנדא האט א פערזנדליכע נקמה שפיל מיט הרב אורבך, אבער סך הכל שטייט ער מיט מיט די דגל מיינוג, פארוואס? וועגען אורבאך! קוטלער מיט אורבאך פארוואס? וועגען גט!הרב אברהם יושע סאלוויטשיק איז ברוגז אויף אורבאך נו האט ער א אנדערע שיטתו! אבער די שיטת זענען קלאר סדא 5 דעה'ס יעדער האט א שיינע נימוק, מאכט נישט כאולי סדא איין דעה און יעדער שפילט סתם פאליטיק!