Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » "טעבלעט" מאגאזין באשרייבט היימישע אידישע אויסגאבעס

"טעבלעט" מאגאזין באשרייבט היימישע אידישע אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12752
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:49 pm#417943
"טעבלעט" מאגאזין באשרייבט היימישע אידישע אויסגאבעס
"טעבלעט" מאגאזין האט היינט ארויסגעשטעלט אן ארטיקל וואס באשרייבט די היימישע אידישע פרעסע אין ניו יארק, מיט אן אריכות איבער דעם "איד" און דעם "וועקער". כדאי צו לייענען.

m https://www.tabletmag.com/jewish-arts-a ... s-thriving m
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 5:16 pm#417944
But with the advent of the web filtering company Meshimer, which along with Geder, became the standard filters most Hasidim used, Vosizneias became blocked. Hasidim, who’d become used to getting their news every day, chafed against this sudden restriction. And so, Der Yid, discerning an opportunity, created their “daily email blast.”

לאל, דער נחש ווערט דער רופא..!
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 10:54 pm#417976
שיינע ארטיקעל. ווער איך געוואר אז די דעילי איד שיקט צו 7,500 אדרעסן. אבער אזוי טענה'ט דער איד, און זיי טענה'ן אויך אז 80,000 מענטשן ליינען זייער צייטונג....

אויב די 7,5 טויזענט אימעילס איז אזוי אמת ווי די 80K, מיינט עס אז ער שיקט ארויס בערך 300 אימעילס א טאג....
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:46 am#417988
אז זיי פארקויפן 10000 און יעדע משפחה איז דא לאמיר זאגן 6 וואס ליינען האלט מען 60000. מ'רעדט פון ליינערס נישט קויפער. משפחה זאגט אז זיי האבן א פערטל מיליאן ליינער.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:51 am#417991
זיי פארקויפען נישט קיין צען טויזענט, פרעגט אייך אביסעל נאך.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:02 am#418003
נישט געזאגט זיי פארקויפן. ''אז'' זיי פארקויפן. און דאס איז נישט א נומבער צו ווייט פונעם עכטן נומבער וואס נישט דו און נישט דער וועם דו פרעגסט ווייסט... אז משפחה פארקויפט 50000 מעג ער פארקויפן 10. אבער די נקודה איז אז ער האט געמיינט מ'רעדט פון 80000 קויפער האב איך נאר קלאר געמאכט דעם ענין
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:07 am#418004
ליפא, אין דיין שאצונג וויפיל פאר אויגען גייען דורך יעדען איד?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:13 am#418005
כ'ווייס נישט. ס'איז אףף פוינט. פוינט איז אז ער האט (מעגליך) 60000 אויפן זעלבן אופן ווי משפחה האט (מעגליך) 250,000
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:57 am#418007
קוקטס ווי דער וויל נישט ענטפערען גראד
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 6:45 am#418009
גדליה האט געשריבן:זיי פארקויפען נישט קיין צען טויזענט, פרעגט אייך אביסעל נאך.

נאכגעפרעגט, וויפיל זיי פארקויפן ווייס איך נישט, אבער זיי דרוקן איבער צען אלפים.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:50 pm#418034
זיי דרוקן סאך מער ווי זיי פארקויפען, טאקע כדי זיי זאלען קענען זאגן פאר איסר האיטלקי אונז דרוקען צען טויזענט
אפשר די איד און די בלאט אינאיינעם פארקויפען צען.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:59 pm#418035
Re: "טעבלעט" מאגאזין באשרייבט היימישע אידישע אויסגאבעס
גדליה האט געשריבן:זיי דרוקן סאך מער ווי זיי פארקויפען, טאקע כדי זיי זאלען קענען זאגן פאר איסר האיטלקי אונז דרוקען צען טויזענט
אפשר די איד און די בלאט אינאיינעם פארקויפען צען.
ס'איז זייער געראטן אז ווען מ'שרייבט אן השערה וואס איז געבויעט אויף געפילן זאל מען צו שרייבן אז דאס איז געבויעט אויף דיינע געפילן אין האט גארנישט מיט'ן פאקט...
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:50 pm#418037
יהודי פשוט האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיי דרוקן סאך מער ווי זיי פארקויפען, טאקע כדי זיי זאלען קענען זאגן פאר איסר האיטלקי אונז דרוקען צען טויזענט
אפשר די איד און די בלאט אינאיינעם פארקויפען צען.
ס'איז זייער געראטן אז ווען מ'שרייבט אן השערה וואס איז געבויעט אויף געפילן זאל מען צו שרייבן אז דאס איז געבויעט אויף דיינע געפילן אין האט גארנישט מיט'ן פאקט...

אגב.

לדעתי איז די צייטונג די אידישע צייט מיט חנה פריעדמאן, און דער איד, די געווינער פון פון אידיש לייען מאטריאל, רייך און גוט באשריבן
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:07 pm#418038
יהודי פשוט האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיי דרוקן סאך מער ווי זיי פארקויפען, טאקע כדי זיי זאלען קענען זאגן פאר איסר האיטלקי אונז דרוקען צען טויזענט
אפשר די איד און די בלאט אינאיינעם פארקויפען צען.
ס'איז זייער געראטן אז ווען מ'שרייבט אן השערה וואס איז געבויעט אויף געפילן זאל מען צו שרייבן אז דאס איז געבויעט אויף דיינע געפילן אין האט גארנישט מיט'ן פאקט...

אמת און די דאזיגע תגובה איז עקזיביט נומבער וואן.
נישט צום גלויבען די שוואנצאנות דא אויף קאווע שטיבעל. מרעדט דאך זאכן וואס זענען א מילתא דעבידא לגלויי. גיי טרעף מיר א דיסטריביוטער וואס קען דיר זאגן אז די איד אדער בלאט פארקויפט מער ווי זעקס טויזענט.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:14 pm#418039
דער איד און דער בלאט ביידע פארקויפן ענליכע נומערן, ארום צען טוינט אין ניו יארק יעדע איינס. איך האב שוין גערעדט אסאך מיט דיסטריביוטערס איבער נומערן.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:28 pm#418040
גדליה האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיי דרוקן סאך מער ווי זיי פארקויפען, טאקע כדי זיי זאלען קענען זאגן פאר איסר האיטלקי אונז דרוקען צען טויזענט
אפשר די איד און די בלאט אינאיינעם פארקויפען צען.
ס'איז זייער געראטן אז ווען מ'שרייבט אן השערה וואס איז געבויעט אויף געפילן זאל מען צו שרייבן אז דאס איז געבויעט אויף דיינע געפילן אין האט גארנישט מיט'ן פאקט...

אמת און די דאזיגע תגובה איז עקזיביט נומבער וואן.
נישט צום גלויבען די שוואנצאנות דא אויף קאווע שטיבעל. מרעדט דאך זאכן וואס זענען א מילתא דעבידא לגלויי. גיי טרעף מיר א דיסטריביוטער וואס קען דיר זאגן אז די איד אדער בלאט פארקויפט מער ווי זעקס טויזענט.

קיינער וועט דיר נישט זאגן קיין נומבער'ס, און ניטאמאל ווייסן זיי וואס צו זאגן. דער בארא פארקער דיסטריביוטער ווייסט נישט די וויליאמסבורג נומבער'ס און דער ווילי ווייסט נישט מאנסי אא''וו
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:33 pm#418041
אויב דו ווילסט וויסען וויפיל א אויסגאבע פארקויפט איז דא א פשוטע וועג.
פרעג די אויסגאבע די נומבער וויפיל זיי פארקויפען, נאכדעם רעכען אויס וויפיל איז א דריטל דערפון.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:51 pm#418043
זיי דרוקן 12000 שטיק. כ'וויל נישט איינזעצן אז 5000 דערפון דרוקט מען צו לייגן גראד אין מיסט נאר מיר איינצורעדן פאלשע נומבער'ס
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:33 pm#418045
איך האב געהערט פון עטליכע מעילינג קאמפעניס וואס פרינטען inserts וואס מ'לייגט אריין אין די צייטונגען. זיי האבן מיר אלע געזאגט די זעלבע זאך אז פאר איד און בלאט דריקן זיי 4-5 טויזענט אינסערטס און פאר צייטונג אביסעל ווייניגער.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:36 pm#418046
ליפא האט געשריבן:זיי דרוקן 12000 שטיק. כ'וויל נישט איינזעצן אז 5000 דערפון דרוקט מען צו לייגן גראד אין מיסט נאר מיר איינצורעדן פאלשע נומבער'ס

ענטפער מיר ביטע אפאר פראגעס
וויפיל משפחות פארמאגט צד מהרזל?
וויפיל משפחות פארמאגט צד מהרא?
וויפיל פראצענט קויפען די צייטונגען?
מאך די חשבון (בערך, פארשטייצעך) און זאגט מיר אויב סאיז מעגליך אז די צוויי צייטונגען צווישען זיך פארקויפען צוואנציג טויזענט קאפיס.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:44 pm#418047
חתם סופר האט געשריבן:איך האב געהערט פון עטליכע מעילינג קאמפעניס וואס פרינטען inserts וואס מ'לייגט אריין אין די צייטונגען. זיי האבן מיר אלע געזאגט די זעלבע זאך אז פאר איד און בלאט דריקן זיי 4-5 טויזענט אינסערטס און פאר צייטונג אביסעל ווייניגער.

וואס מיינט אינסערטס?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:56 pm#418048
גדליה האט געשריבן:וואס מיינט אינסערטס?

ווען מ'לייגט אריין א צעטעל אדער קעטעלאג אין די צייטונג. למשל א לוח פון G ענד G, אדער א קעטעלאג פון toys 4 u
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 5:43 pm#418049
איסר האטלקי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:זיי פארקויפען נישט קיין צען טויזענט, פרעגט אייך אביסעל נאך.

נאכגעפרעגט, וויפיל זיי פארקויפן ווייס איך נישט, אבער זיי דרוקן איבער צען אלפים.

האיך יתקיימו שניהם?

quote="חתם סופר"]איך האב געהערט פון עטליכע מעילינג קאמפעניס וואס פרינטען inserts וואס מ'לייגט אריין אין די צייטונגען. זיי האבן מיר אלע געזאגט די זעלבע זאך אז פאר איד און בלאט דריקן זיי 4-5 טויזענט אינסערטס און פאר צייטונג אביסעל ווייניגער.[/quote]

וויפיל אימעיל סאבסקרייבערס פארמאגן זיי? (דארט איז דאך נישטא קיין אינסערטס) איך גלייב אז נישט צופיל.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:28 pm#418073
דער איד און דער בלאט פאר קויפן נישט נאר פאר סאטמאר. גאר אסאך באבובע, סקווירא, וויזניצ'ע האבן די צייטונגען וועכנטליך.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:32 pm#418074
חתם סופר האט געשריבן:איך האב געהערט פון עטליכע מעילינג קאמפעניס וואס פרינטען inserts וואס מ'לייגט אריין אין די צייטונגען. זיי האבן מיר אלע געזאגט די זעלבע זאך אז פאר איד און בלאט דריקן זיי 4-5 טויזענט אינסערטס און פאר צייטונג אביסעל ווייניגער.

די קעטעלאגס פרינט מען טאקע היבש ווייניגער, וויבאלד אין די העכער 2,000 צייטונגען וואס ווערן פארקויפט אין מאנטרעאל, לאנדאן, מאנטשעסטער, מיאמי, אנטווערפן, ארה"ק ווערן די קאטאלאגן נישט אריינגעלייגט. עס איז אבער איבער 7,000 וואס מ'לייגט אריין. בדידי הוא עובדא, איך ווייס פון א פרינטער וואס האט אזויפיל געדארפט צושטעלן, קען זיין אז חת''ס רעדט פון א סטאר וואס האט נישט קיין לאקאציעס אין אפסטעיט אדער נאר דארט וכדו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:47 am#418090

ווען האבן זיי אויפגעהערט אריינלייגן די אינסערטס אין אנדערע שטעט?
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 6:56 am#418095
הייסט אז די טויס-4-יו קעטעלאג פארט קיין ארץ ישראל? ווען פונקטליך ס'האט זיך אויפגעהערט ווייס איך נישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 10:02 am#418101
רבי איסר. נעכטען האט איר געשריבען זיי פארקויפען צען טויזענט אין ניו יורק אליין.
יעצט שרייבט איר זיי פארקויפען זיבען טויזענט אין ניו יורק און צוויי אין אויסלאנד. דאס איז א סך הכל פון 9.
פארוואס דרוקען זיי דעמאלץ צוועלעף טויזענט אויב מען פארקויפט נאר 9k?
איסר האטלקי האט געשריבן:דער איד און דער בלאט ביידע פארקויפן ענליכע נומערן, ארום צען טוינט אין ניו יארק יעדע איינס. איך האב שוין גערעדט אסאך מיט דיסטריביוטערס איבער נומערן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:11 am#418111
בנוגע דעם קעטעלאג האב איך געשריבן פון 6-7 יאר צוריק, ווען איך בין פערזענליך געווען אינוואלווד אין אזא אדווערטייזמענט, וואס דעמאלטס האבן זיי געדרוקט ארום 9-10 טויזנט. עס האט זיך אסאך געהויבן זינט דאן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:32 am#418115
לעת עתה, וויפיל פארקויפט די איד לויט דיין אינפארמאציע אין ניו יורק.
צען טויזענט אדער זיבען טויזענט?
סאיז א חילוק פון דריי טויזענט.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:34 am#418117
כ'האב אלעס קלאר געשריבן און אויב איינער האט נישט פארשטאנען זאל ער זיך ביטע מעמיק זיין אין וויכטיגערע ענינים העומדים על הפרק.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:50 am#418119
רבי איד איר האט זיך סותר געווען און דעריבער פרעג איך איבער.
לויט אייער אינפארמאציע פארמאגט "דער איד" צען טויזענט וועכנטליכע ליינער אין ניו יורק אליין. איז ריכטיג?
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:59 am#418121
דער אמת איז אז סאיז פשוט. אויב ביים בארקלעיס כינוס איז געווען צוואנציג טויזענט מענטשען פארקויפט דער איד צען טויזענט שטיק.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 12:47 pm#418125
נישט ריכטיג, איך קען עטליכע וויזניצ'ע, סקווירא, באבוב'ע וואס קויפן עס וועכנטליך. און ס'איז פארהאן גאר אסאך אזעלכע. איך גלייב אז 30 פראצענט קויפערס פון ביידע צייטונגען זענען נישט קיין סאטמאר'ע.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 2:08 pm#418129
דער איד פארקויפט מסתמא מער פאר פרעמדע ווי די בלאט. אבער אפילו אויב סאיז דא דרייסיג פערצענט פרעמדע קען איך נישט פארשטייין ווי אזוי סאיז מעגליך אז זיבען טויזענט סאטמארע משפחות קויפען דער איד אין ניו יורק אליין.
אפשר גאנץ צד מהרזל אין ניו יורק באשטייט פון זיבען טויזענט משפחות (מסתמא ווייניגער, וה"ה צד מהר"א). אבער זיכער נישט אלע פון זיי קויפען דער איד.
מהרא האט ביים כינוס קוים געקענט צאמשלעפען אונטער צען אלפים, צווישען זיי טויזענטער קינדער און בחורים. גייסטו מיר זאגען אז צען טויזענט משפחות קויפען די בלאט? סאיז פשוט נישט מעגליך במציאות.