Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן

יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12754
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:39 am#417985
יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
יוסי פריעד רעדט דברי חכמה ופיקחות, כנראה האט ר' אהרן מיט ר' יוסי זיך פארגעגרייט בינעזאם די דרשה.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:59 am#418016
די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:04 am#418025
נחום האלפנטיני האט געשריבן:די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.

אייער סטעיטמענט איז נישט קיין סתירה צו וואס ער האט געזאגט. איך האב נישט געהערט אין זיין קורצע רעדנער זאל משבח זיין די עדיוקאציע אונזערע מצד גרעידינג אדער חומר, סך בכלל רעדט ער וועגן די שוואכקייטן אין גרעידינג פון די פובליק סקולס, און אויך פון די דיפערענצן אין וויאלענס קריים וכדו'.....
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:30 pm#418044
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
ער זאגט נאך אדמור מק"י אדער פארקערט. באיזה א מצב אז מווייסט נישט וואס מווייסט נישט.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:57 pm#418064
נחום האלפנטיני האט געשריבן:די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.

נחום האלפנטיני:נאכ'ן גיין אויף א דייעט מעגסטו דיך באטראכטן אז דער יונגערמאן יוסי פריעד (וועם איך קען נישט) האט זייער גוט און קלאר, אין א גוטן, פארשטענדליכן ענגליש אראפגעלייגט זיין קעיס. אויב וויאזוי ער האט גערעדט איז אן אינדיקאציע פון די קוואליטי פון עדיוקעישן וואס מ'באקומט אין ישיבות. האט ער שוין געוואונען דעם קעיס...!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:02 pm#418067
ער רעדט מוראדיג שטרענג. אזוי דארף מען טוהן. דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:05 pm#418069
אויכעט איז זייער גוט אז ער איז מגלה קלונם פון די פאבליק סקולס. סאיז זיכער אז זיי פארשעמען זיך שטארק און דאס וועט גורם זיין זיי זאלען זיך אפשאקלען פון אונז. זיי קענען זיך נישט ערלויבען צו ליידען אזעלכע בושות יעדען טאג.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:20 pm#418071
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
משינעדיגער עולם דארטן, וועט זיכער האבן א ווייטען אפקלאנג
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:26 pm#418072
ועל זה אמר החכם, ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.