מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:27 pm#418027
עמעזאן גייט קאמפטישאן מיט נייטרא
קורקלענד האט געשריבן:די גאנצע אמאזאן מאנאפאלי איז נאר א דאנק אייער לינקע רעגירונג, זיי האבן איהם געמאכט א מאנאפאל ווייל זיי האבן ליעב קאנטראל. בעזאס איז נישט קיין קאפיטאליסט! ער איז סתם א (כלומרשט) לינקע ביזנעס מאן וואס גלייבט אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעס איז דורך אונטערקויפן די רעגירונג איינגעשטעלטע. דערפאר שפילט ער לינקע ווייל ס'רעדט איין אזעלכע ווי אייך אז ער מיינט הומאניטי, אבער באמת איז עס קאמוניזם (אדער סאושעליזם לויט אייערע באגריפן) מיט א קאפיטאליסטישע מאסק! פארוואס גיבט די רעגירונג שטייער דיסקאונטס נאר פאר אמאזאן? פארוואס באקומט אמאזאן ביליגערע פרייזן פאר זייער שיפמענטס? פארוואס מעג די פעדעראלע רעגירונג נאר קויפן פון אמאזאן? דאס איז קאפיטאליסטיש? אדער גאר קאראפטיסטיש?
בערני האט נישט ליעב קאמפעטישן. ער וויל נישט ס'זאל זיין פערציג פערציג דעאדעראנטס אויף די פאליצעס ער זאגט אז פיר איז גענוג, נו אויב אזוי איז איין אמאזאן אויך גענוג. ס'איז צייט אז איר זאלט אנהייבן לייענען אביסל מער וועגן קאפיטאליזם......
באמת אבער האט אמאזאן גאר געמאכט די ראפעל צו קאמפיטן מיט בינגאו, נישט מיט נייטרא.....
יעקב מענטש האט געשריבן:נו? ער איז דאך שוין יא לינקער?
יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.
דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?
יעקב מענטש האט געשריבן:דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?
קורקלענד האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.
דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?
אז דער מאם און פאפ האבן אבער נישט קיין פרנסה וואס איז ווערד וואס די פרייז איז אויב ס'איז נישט דא פון וואנעט צו נעמען?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווענדט זיך נישט אויף יעדן יחיד, און מ'קען נישט בויען א ביזנעס אויף מענטשן וואס טוען די ריכטיגע זאך.
אבער א רעגירונג מוז אריין נעמען אין חשבון אז מער געלט אין די קעשענעס פון גבירים איז א קלענערע תועלת פאר'ן כלל ווי מער געלט אין די קעשענעס פון ארימעלייט און מיטל קלאסישע מענטשן.
פון א ריין תועלת פרעספעקטיוו, מאכט נישט קיין סענס צו שטיצען בעזאס ודעימיה.