Under maintenance
הויפט זייט » די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א

די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12765
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:07 pm#418388
די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א
א בליעהנדע שטעטל וואס איז קעגן אלע חוקים אין נס, איז ממש א פערל נישט צום געפונען, זיי האבן א יקב פון וויין וואס דארף זיך נישט שעמן פאר קיינעם, און די היימישע עולם געניסט דערפון במלא חפניים.


עס איז א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן דורך הגה"ק הרב שיינבערגער שליט"א, און די שיין דערפון איז ערלויבט אין די היינטיגע דור, ווייל ב"ה עס פעהלט נישט קיין הסתרה דורך אזויפיל א.ג. פרומע אידן וואס באזעצן גרויסע שטעט אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, אזוי אז די סטרא דקדושה קען אנגיין אומגעשטערט.

ווער עס ווייסט עפעס מער איז וועלקאם
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 5:08 pm#418408
Re: די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א
דער וואודרידזשע רב האט געוויילט דארט א שבת לעצטענס פאר א שבע ברכות במשפחתו, און ער האט זיך טאקע באוואונדערט די מאדנע סארט נאמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:40 am#418437
דער ישוב איז הארט לעבן ציון הרשב''י במירון, וואס איז מאדנע מיטן נאמען?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:34 am#418452
ווער רעדט נאך אז די מייסד איז געווען דער בעל הסולם.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:03 am#418453
איינער האט ערנסט געהעקט די ניק אקאונט פון Buddy, די לעצטע צוויי טעג יאווען זיך תגובות פון אים אין א פליסיגן אידיש. כ'האף נאר אז ס'איז נישט רוסלאנד...