Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!

מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12777
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 10:48 am#419027
מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
א אומגלויבליכע אנדעקונג איז געמאכט געווארן פאריגע וואך אין מצרים ווען עס איז אנדעקט געווארען א הערליכע מערת קבורה פון א חשוב'ה מענטש אין מצרים פון 4,400 יאהר צוריק און עס איז אינגאנצן נישט בארירט געווארן זייט דעמאלטס!! אפילו די פעינט אויף די הערליכע מאלארייען איז נאך קלאר!

4,400 יאהר צוריק איז ארום 200 יאהר פאר די מבול

פאר מער זעהט דא
m https://m.huffpost.com/us/entry/us_5c15 ... 7e5d8298ef m
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:14 am#419032
ווי אזוי ווייסט מען 4400 יאהר? ווי אזוי רעכענען זיי דאס?
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:30 am#419034
יעצט איז דאס שוין 4,400 מיט א וואך אין 15 שעה.
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 12:40 pm#419039
אביסעל שכל האט געשריבן:ווי אזוי ווייסט מען 4400 יאהר? ווי אזוי רעכענען זיי דאס?

זיי באבלען זיך עס אויף, און די גויים גלייבן זיי נאך!
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:25 pm#419042
דא איז דא פין 3000 יאר אן פין קרוב צי 4000 יאר ancient-sarcophagus-and-tomb-unveiled-in-egypt
פארוואס נישט, זאל זיין!
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 6:03 pm#419080
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א אומגלויבליכע אנדעקונג איז געמאכט געווארן פאריגע וואך אין מצרים ווען עס איז אנדעקט געווארען א הערליכע מערת קבורה פון א חשוב'ה מענטש אין מצרים פון 4,400 יאהר צוריק און עס איז אינגאנצן נישט בארירט געווארן זייט דעמאלטס!! אפילו די פעינט אויף די הערליכע מאלארייען איז נאך קלאר!

4,400 יאהר צוריק איז ארום 200 יאהר פאר די מבול

פאר מער זעהט דא
https://m.huffpost.com/us/entry/us_5c15 ... 7e5d8298ef

וואלט דאך נח מיט די חיות געקאנט אריינגיין דארט, וואס האט אויסגעפעלט די תיבה??
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 7:46 pm#419094

Thanks for sharing; this is fascinating. How did they ascertain that this is 4400 years old? If archaeologists and scholars maintain that this is the age, I believe it, but it's incredible that sculpture was already this sophisticated at that time. Ancient Greek sculpture doesn't look better than this, and it's nowhere near as old
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:30 pm#419100
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
זיי קענען וויסן פון אפאר וועגן די אלטקייט פון א זאך, קודם כל קענען זיין מעסטן וויפול קארבען-14 עס איז פארבליבן אינעם חפץ, דאס איז א קראנטע וועג פון מעסטן. עכ"פ טאמער דו ווייסט נישט ווי אזוי ראקעטן מיט סאטאליטן ארבעטן ביטע זיך נישט פילן קלוג מיטן אפשפעטן פון זייערע אנדערע פעסטגעשטעלטע מדע.

נאכדעם קען מען מעסטן לויט די סטיל פון די ארכיטעקטור, וואס ווי באקאנט האט זיך עס אנטוויקלט יעדע דור מער און מער און זיי קענען לייכטערהייט צופאסן פון וועלכע תקופה דאס איז.

הקטן, אויב וועט מען דיר אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז טאקע 4,400 יאר וועסטו דאך סייווי האבן א גוטע תירוץ, נו, פארוואס סתם אפשפעטן פון סייענס וואס מאכט דיר אויסקוקן נאריש?
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:23 am#419114
חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן, אויב וועט מען דיר אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז טאקע 4,400 יאר וועסטו דאך סייווי האבן א גוטע תירוץ, נו, פארוואס סתם אפשפעטן פון סייענס וואס מאכט דיר אויסקוקן נאריש?

וואס איז דו פאראבלעם מיט דעם?
וואס פרעגט עס אפ?
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:26 am#419115
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
נולד מאוחר האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן, אויב וועט מען דיר אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז טאקע 4,400 יאר וועסטו דאך סייווי האבן א גוטע תירוץ, נו, פארוואס סתם אפשפעטן פון סייענס וואס מאכט דיר אויסקוקן נאריש?

וואס איז דו פאראבלעם מיט דעם?
וואס פרעגט עס אפ?
וימח את כל היקום.
מצרים איז געווען א זוהן פון חם בן נח.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:26 am#419116
פידלער האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א אומגלויבליכע אנדעקונג איז געמאכט געווארן פאריגע וואך אין מצרים ווען עס איז אנדעקט געווארען א הערליכע מערת קבורה פון א חשוב'ה מענטש אין מצרים פון 4,400 יאהר צוריק און עס איז אינגאנצן נישט בארירט געווארן זייט דעמאלטס!! אפילו די פעינט אויף די הערליכע מאלארייען איז נאך קלאר!

4,400 יאהר צוריק איז ארום 200 יאהר פאר די מבול

פאר מער זעהט דא
https://m.huffpost.com/us/entry/us_5c15 ... 7e5d8298ef

Thanks for sharing; this is fascinating. How did they ascertain that this is 4400 years old? If archaeologists and scholars maintain that this is the age, I believe it, but it's incredible that sculpture was already this sophisticated at that time. Ancient Greek sculpture doesn't look better than this, and it's nowhere near as old

כ'האב עס נישט דורעכגעטוהן. אבער כ'מיין אז ס'האט צוטוהן מיט די נעמען וואס ווערן דארטען דערמאנט און די קעניגן וואס מ'ווייסט היינט קלאר פינקליך ווען די מצרישע קעניגען און דיינאסטיס האבן געקעניגט
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:27 am#419117
חסיד פון ליטא האט געשריבן:זיי קענען וויסן פון אפאר וועגן די אלטקייט פון א זאך, קודם כל קענען זיין מעסטן וויפול קארבען-14 עס איז פארבליבן אינעם חפץ, דאס איז א קראנטע וועג פון מעסטן. עכ"פ טאמער דו ווייסט נישט ווי אזוי ראקעטן מיט סאטאליטן ארבעטן ביטע זיך נישט פילן קלוג מיטן אפשפעטן פון זייערע אנדערע פעסטגעשטעלטע מדע.

אסך מאכן דעם טעות, ווייל איין סארט "סייענס" ווייסט וואס ס'רעדט, ממילא איז א יעדער סארט זאך וואס גייט אינטער די נאמען "סייענס" ווייסט וואס ס'רעדט.
דער סיינעס פין ראקעטן מיט סאטאליטן זענען "פעסטגעשטעלטע" מדע, וואו דו ריפסט דאס. דערנאך איז דא השערות מיט עקסטרעפעלשענס - מיש זיי נישט אויס!

חסיד פון ליטא האט געשריבן:נאכדעם קען מען מעסטן לויט די סטיל פון די ארכיטעקטור, וואס ווי באקאנט האט זיך עס אנטוויקלט יעדע דור מער און מער און זיי קענען לייכטערהייט צופאסן פון וועלכע תקופה דאס איז.

דאס זעלבסט איז אויך געבויט אויף השערות.

חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן, אויב וועט מען דיר אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז טאקע 4,400 יאר וועסטו דאך סייווי האבן א גוטע תירוץ, נו, פארוואס סתם אפשפעטן פון סייענס וואס מאכט דיר אויסקוקן נאריש?

זאגס'ט געוואלדיג, אבער נאר אויב איך נעם אן אז מיגו איז א כח הטענה.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:29 am#419118
דיינע ווערטער זענען אויך געבויעט אויף השערות...
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:34 am#419120
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
אנטשולדיגט מיר, ראדיוקארבאן דעיטינג איז פאררעכנט אלס א דעפיניט.
(חוץ אויב עפעס איז שוין צענדליגע טויזענטער יארן אלט וואס דעמאלט פארמאגט עס גאר ווייניג קארבאן.)
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:42 am#419121
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, ראדיוקארבאן דעיטינג איז פאררעכנט אלס א דעפיניט.

פאררעכנט ביי וועם?
"סייענס" איז פאקט, נישט סייענטיסטען
ראדיוקארבאן דעיטינג איז געבויט אויף "עסאמשענס", איינס פין זיי איז, אז דו אטמעספער פאר 1000 יאר ציריק איז געווען מער ווייניגער וואו היינט.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 2:05 am#419123
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן, אויב וועט מען דיר אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז טאקע 4,400 יאר וועסטו דאך סייווי האבן א גוטע תירוץ, נו, פארוואס סתם אפשפעטן פון סייענס וואס מאכט דיר אויסקוקן נאריש?

וואס איז דו פאראבלעם מיט דעם?
וואס פרעגט עס אפ?
וימח את כל היקום.
מצרים איז געווען א זוהן פון חם בן נח.

דו פראבלעם איז אז דו מבול וואלט דאס געדארפט חרוב מאכן, אדער סתם דו פאקט אז דו לאנד מצרים עקזיסטריט נאך פאר חם וואס איז דו טאטע פון דו מענטש מצרים?
וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה עד רמש ועד עוף השמים וימחו מן הארץ וישאר אך נח ואשר אתו בתבה
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 2:46 am#419124
איך בין אלץ נייגעריג אויף די עקספערטן וואס לאכען פון סייענס וויל זיי זענען בייעסד און נישט באגלייבט און בלא בלא בלא.
איך וויל פארשטיין פארוואס זיי טראכטן אז זיי זאל מען יא אננעמען.
נעמליך אז איך האב א מחלוקת צווישען א געלערנטע סייענטיסט אין א אמאטשור עקספערט וואס האט געליינט אפאר ביכער אויף די נושא פארוואס זאל איך נישט ליבערשט טראסטען די סייענטיסט וואס האט עס שטודירט צענדליגע יארן?
די מענטשען שרייען געווענליך אז די סייענטיסטן זענען בייעסד. נו דער רעליגיעזע מאן איז דען נישט בייעס?
די פאקט איז אז ווען ס'קומט צו די סארט זאכען איז די כלל אז צווישען די סייענס זייט געפינען זיך סיי רעליגיעזע אין סיי סעקולארע, אלע מינים אלע סארטן. משא"כ ביי די סייענס אפלאכערס געפינט זיך בלויז דריי סארטן מענטשען:
געשוואוירענע פרומע קריסטען
געשוואוירענע פרומע מוסלעמענער
געשוואוירענע פרומע אידען
דאס אלייןס זאגט אייך פונקטליך ווער איז דא בייעס אין ווער נישט.
בשורות טובות ישועות ונחמות.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 3:00 am#419126
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
גדליה האט געשריבן: משא"כ ביי די סייענס אפלאכערס געפינט זיך בלויז דריי סארטן מענטשען:
געשוואוירענע פרומע קריסטען
געשוואוירענע פרומע מוסלעמענער
געשוואוירענע פרומע אידען
.

דאס ווייזט אז דו האסטוך נאך נישט גענוג געדרייט אויף יוטוב.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 3:03 am#419127
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, ראדיוקארבאן דעיטינג איז פאררעכנט אלס א דעפיניט.
(חוץ אויב עפעס איז שוין צענדליגע טויזענטער יארן אלט וואס דעמאלט פארמאגט עס גאר ווייניג קארבאן.)
איך מיין אז עס איז נישט שייך ראדיאקארבאן דעיטינג בײ א שטיינערנע סטרוקטור, און איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז זיי האבן דאס גענוצט.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 8:47 am#419133
גדליה האט געשריבן:משא"כ ביי די סייענס אפלאכערס געפינט זיך בלויז דריי סארטן מענטשען:
געשוואוירענע פרומע קריסטען
געשוואוירענע פרומע מוסלעמענער
געשוואוירענע פרומע אידען
.

אזעלכע הויכשטאקיגע שטותים. אין אזויפיל אזיאנער און אפריקאנע לענדער וואו עס איז נישט פארהאן קייין רעליגיע, לאכט מען אין די פויסטן פון סייענס.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:56 am#419138
אונטער חכם האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן: משא"כ ביי די סייענס אפלאכערס געפינט זיך בלויז דריי סארטן מענטשען:
געשוואוירענע פרומע קריסטען
געשוואוירענע פרומע מוסלעמענער
געשוואוירענע פרומע אידען
.

דאס ווייזט אז דו האסטוך נאך נישט גענוג געדרייט אויף יוטוב.

דאס ווייזט אויך אויף נאר האבן א אויבערפלעכליכע ידיעה פין סייענס - pop science - די דעוועל איז אין די דיטעלס.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 11:13 am#419140
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
m https://www.sciencelearn.org.nz/resourc ... ute-dating m

הבהרה: די לינק איז נאר פאר ווער עס האלט אז ער קען נאך קלוגער ווערן.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 11:21 am#419143
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
חסיד פון ליטא האט געשריבן:https://www.sciencelearn.org.nz/resources/1486-absolute-dating

הבהרה: די לינק איז נאר פאר ווער עס האלט אז ער קען נאך קלוגער ווערן.
דאס קען מען נאר נוצן צו וויסן ווי אלט די שטיין איז, נישט ווען מען האט געבויט די סטרוקטור.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:55 pm#419155
און טאמער איז עס עלטער מיט אפאר יאר? איז די גאנצע מעשה פערטיג? עס שטייט אז די מבול האט חרוב געמאכט קברים אונטער די ערד?
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 9:04 pm#419522
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
יתרו האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א אומגלויבליכע אנדעקונג איז געמאכט געווארן פאריגע וואך אין מצרים ווען עס איז אנדעקט געווארען א הערליכע מערת קבורה פון א חשוב'ה מענטש אין מצרים פון 4,400 יאהר צוריק און עס איז אינגאנצן נישט בארירט געווארן זייט דעמאלטס!! אפילו די פעינט אויף די הערליכע מאלארייען איז נאך קלאר!

4,400 יאהר צוריק איז ארום 200 יאהר פאר די מבול

פאר מער זעהט דא
https://m.huffpost.com/us/entry/us_5c15 ... 7e5d8298ef

וואלט דאך נח מיט די חיות געקאנט אריינגיין דארט, וואס האט אויסגעפעלט די תיבה??

און לעבן אונטערן וואסער?
פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:28 pm#421921
די אלטקייט פון די אנדעקטע קברים זענען נישט געבעיסט אויף קארבן 14 נאר אויף די קעניגליכע דיינעסטי זיי קלערן עס האט א שייכות.
אנגענומען היינט ביי ארכעלאגן/היסטאריקער איז, אז די כרנאלאגישע סדר השנים פון די עגיפטער פרעהס איז קלאר און קראנט. און בעיסט אויף דעם וועט מען יעדע אריכעלאגישע דיסקאווערי און אלע לענדער פון די עינשענט וועלט פרובירן טרעפן א שייכות צי וועלכע מצרישע פרעה דאס האט א שייכות אוין לויט דעם וועט מען אוועקשטעלן די אלטקייט פון דעם חפץ/בנין/קבר.
למעשה אז מקוקט אריין און די מהלך וויאזוי מהאט אוועקגעשטעלט די אזויגערופענע קלארע מצרישע כראנאלאכיע זעט מען אז דאס שטייט אויף הינערנע פיס מילד גערעד.
געוועזען א פרייע ישראלישע פראפעסער מיטן נאמען עמנועל ווילקאווסקי וואס האט זיך געפארעט מיט די נושא און האט ארויסגעגעבן עטליכע ביכער איבער די מיצרישע כראנאלאכיע. ער האט א באזינדערע קונטרס אפציפרעגן די אנגענומנע מהלך פון די כראנאלאכיע ווי ער ווייזט אויף גאנץ קאנווינסינג אז דאס איז ממש א דזשאויק
(זיין מסקנה איז אז מדארף מקצר זיין די כראנאלאכיע מיט א 600 יאר און לויט דעם סינקרענייזד אסאך ארכילאגישע דיסקאוועריס מיט די תנ"ך. און ביידעוועי ער האט יארן מתחנן געווען אז מזאל מאכן קארבן 14 טעסטינג און מהאט אים אויסגעלאכט. סוף ימיו ווען מהאט יא געטעסט זענן די ריזאלסט געווין קרוב צי זיינע סדר השנים ווי איידער די אנגענימענע כרנאאלאגיע)
למעשה אפילו מוויל נישט אנעמען זיינע מסקנות און מהאט געוויסע פירכות אויף אים. זענען זיינע קשיות און ראיות אנקעגן די אנגענומענע מהלך אויך אייזן שטארק און וויפיל איך האב פראבירט זיכען איז קיין געהעריכע תירוצים נישט פארהאן.
עס איז אויך ארויס געקומען א בוך א 10 יאר צירוק פון צוויי פרימע אידן און א"י וואס פארענען זיך מיט די נושא און האבן גאנץ א פיינע מהלך אין די מיצרישע כראנאלאכיע וואס סינקרענייזט עס אינגאנצען מיט די היסטאריע וואס מיר לערנען און די תורה"ק
לויט זיי איז די פיפטע דיינעסטי וואס די איצטיגע אנטדעקונג איז סוי קאלד עטריביוטעד בערך און די יארן פון שיעובד מצרים די יארן וואס מהאט געבויעט די גאר גרויסע פירעמידס.

איבער קארבן 14 דארך מען ציוויסן אז דאס איז כלל נישט קיין קלארע מעסטער אפילו לויט די היינטיגע סייענטיסטן מכוח שיניום און די אטמעספערע איבער די לעטצע פאר טויזענט יאר און ספעלט זיך אויס Calibration of radiocarbon dates וואס דאס אליינס איז א סוגיא פאר זיך.
זונטאג יאנואר 13, 2019 3:12 am#421977
Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!
זענען די פיראמעדס געבויעט געווארען דורך די אידן אין גלות מצרים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:04 am#423202
גראף האט געשריבן:זענען די פיראמעדס געבויעט געווארען דורך די אידן אין גלות מצרים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

לויט רוב וויסענשאפטלער איז עס נאך געווען בעפאר גלות מצרים
אזוי האב איך לעצטנס געליינט
ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך בל"נ ארויפלייגען די מקורות צו דעם
איין פשוטע מקור איז אז עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז די בנינים וואס די אידן האבן געבויעט אין מצרים האבן זיך נישט געהאלטען און זיי האבן געדאפט כסדר איבער בויען פון דאסניי און דאס איז געווען א חלק פון זייערע עבודת הפרך פון נישט קענען הנאה האבן פון זייער ארבעט
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:15 pm#423241
מ'האט געטראפן א טאבלעט וואס שטייט דערויף אז 600k מענטשן האבן מיטגעהאלטן אין וועלכן יאר די מערה איז געמאכט געווארן