מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 6:08 pm#419178
מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי בה אינשי? (א 9/11 נס)
לייען איך אזוי דעם פארגאנגענעם שבת אינעם גליון "הליכות החיים", פון הרב נחום צבי מאיר ראזענפעלד, א מעשה נורא וואס איינער האט געהערט פון האדמו"ר ר' צבי מאיר זילבערבערג וועגן א איד וואס איז געראטעוועט געווארן פון 9/11 א דאנק דעם וואס ער איז נזהר געווען אינעם כבוד פון זיין טלית ותפילין. און נישט נאר ער איז געראטעוועט געווארן, נאר ער איז אויך געווען דער גורם אז צענדליגער טויזנטער מענטשן זאלן אויך געראטעוועט ווערן א דאנק זיין ערליכקייט.
ומעשה שהיה, דערציילט ער, כך היה. דער איד האט געדארפט פליען פון באסטאן קיין ניו יארק סיטי מיט יונייטעד עירליינס פלייט 175, וואס האט עווענטועל אריינגעקראכט אינעם צווייטן בנין פונעם "ווארלד טרעיד סענטער". זיצנדיג אויפ'ן עראפלאן שוין נאכ'ן פארשפארן די טירן, האט ער זיך דערמאנט אז ער האט בטעות איבערגעלאזט זיין טלית ותפילין אינעם עירפארט. הגם ער וואלט זיך געקענט פארלאזן אז ס'וועט שוין אנקומען צו אים צוריק, האט ער נישט געוואלט אז עס זאל ארומגעווארפן ווערן דורך "ערלים", און ער האט פארלאנגט אז מ'זאל אים זאפארט ארויסלאזן פונעם עראפלאן.
אזא זאך, ווייסט איר דאך, גייט נישט אזוי גרינג. די שטאב פונעם עראפלאן האבן אים נישט געוואלט אראפלאזן, היות מ'איז דאך שוין געווען גרייט אט אט צו פארן. האט ער זיך ארומגע'טענה'ט מיט זיי פאר צוואנציג מינוט, ביז זיי האבן אים אראפגעלאזט. פארשטייט זיך אז ער האט מער נישט געקענט צוריק ארויף אויפ'ן עראפלאן, און ער איז אזוי געראטעוועט געווארן. נאך מער פון דעם, א דאנק זיין טענה'ריי איז דער עראפלאן ארויסגעפלויגן צוואנציג מינוט שפעט, און דאס האט גורם געווען אז ס'זאל אריינקראכן צוואנציג מינוט שפעטער ווי געפלאנט. ווייל "מיליטערישע עקספערטן" זאגן, אז אויב וואלטן ביידע עראפלאנען אריינגעקראכט צוזאמען וואלטן געווען צענדליגער טויזנטער טויטע, אנשטאט נאר די 3,000 וואס זענען אומגעקומען.
כ'מיין אז יעדער בר דעת וואס זעט אזא מעשה שטעלט זיך גלייך אפ טראכטן אז דאס לייגט זיך בכלל נישט אויפ'ן שכל, און אויב יא, וואלט דאס געווען וועלט-נייעס תיכף אין די ערשטע טעג נאך 9/11. אז אן עראפלאן זאל זיך נישט קענען הייבן פאר צוואנציג מינוט וועגן א מאדנעם אידל וואלט געווען קלאר דאקומענטירט, און אויך וואלט געווען דאקומענטירט אז א מענטש וואס איז שוין געזעסן אויף דעם טראגישן עראפלאן גרייט אפצופליען איז געראטעוועט געווארן אין דעם לעצטן מינוט.
די עצם פראגע אויב פלייט 175 האט געשפעטיגט איז דאך ממש א מילתא דעבידא לאיגלויי. לויט וויקיפעדיע, איז דער עראפלאן אוועק פונעם טערמינאל אין צייט אום 7:58 (דער פלייט צייט איז געווען באשטימט אויף 8 אזייגער). נאכ'ן אוועקגיין פונעם טערמינאל איז בכלל נישט פאראן אזא זאך אז מ'זאל אראפלאזן א פאסאזשיר חוץ פאר א ריכטיגער עמוירדזשענסי. עס נעמט אייביג נאך עטליכע מינוט ביז דער עראפלאן גייט ארויף אין די לופטן - אין דעם פאל האט עס גענומען נאך 16 מינוט ביז ליפט-אף בשעה 8:14. דאס מיינט א נארמאלע ליפט-אף לכל דבר.
אבער אין א וועלט וואו פאקטן און אמת זענען ניטאמאל אויפ'ן ראדאר, שטעלט זיך קיינער נישט אפ פרעגן אזעלכע פשוט'ע פראגעס וואס אן אינטעליגענטער כתה ו' אינגל וואלט געפרעגט, און יעדער וואלט געקענט ענטפערן מיט אביסל שכל און וויקיפעדיע.
אויף דער פראגע פארוואס מיר ווייסן נישט דעם נאמען פון דעם מיט וועמען די מעשה האט פאסירט, ענטפערט דער מספר אינעם גליון: "צוליב פריוואטע סיבות האט דער געראטעוועטער איד דאס נישט געוואלט דערציילן ברבים, אבער ער האט דאס מיטגעטיילט פאר א געוויסן רב [וואס ווייזט אויס אז ער וויל אויך נישט מיטטיילן זיין נאמען ברבים צוליב פריוואטע סיבות], און יענער רב האט עס דערציילט פאר הגרצ"מ זילבערבערג שליט"א."
דער וואס האט געשיקט דעם בריוו צום גליון, שרייבט זיך אונטער: "(-)" - ווארשיינליך צוליב פריוואטע סיבות. אבער דער ארויסגעבער פונעם גליון, וועלכער האט מחליט געווען צו דרוקן אזא לעכערליכע דערציילונג, שרייבט צו מזל יא זיין נאמען גלייך אונטערן נאמען פונעם גליון. עס בלייבט איבער זיך צו וואונדערן צי הרב צ"מ זילבערבערג האט טאקע דערציילט די מעשה.