Under maintenance
הויפט זייט » ברעיקינג: DOE באשטעטיגט 3.5 שעה א טאג ענגליש, נישט 7 שעה

ברעיקינג: DOE באשטעטיגט 3.5 שעה א טאג ענגליש, נישט 7 שעה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12788
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:27 pm#419318
ברעיקינג: DOE באשטעטיגט 3.5 שעה א טאג ענגליש, נישט 7 שעה
די DOE האט באשטעטיגט אז די גאנצע טימעל אז די סטעיט וויל 7 שעה א טאג ענגליש פאנגט זיך נישט אהן. ס'איז נאר צווישן דריי און דריי א האלב שעה א טאג פון סעקולער לימודים.

אין די היימישע חדרים ביז 20-30 יאהר צוריק איז יעדן טאג געוועהן 2-2.5 שעה ענגליש. דאס מיינט אז אויב גייט מען צוריק צו וואס מ'האט געטוהן אמאל און מ'נעמט ענגליש מער ערנסט און מ'לייגט צו אביסל קען מען צופרידנשטעלן די רעגירונג און אויך זוכה זיין נישט צו בארויבען אונזערע קינדער פון זייער עתיד.


m https://cross-currents.com/2018/12/19/u ... epartment/ m ?

בעיסיקלי, דאס וואס מ'האט אונז פארקויפט אז מ'דארף לערנען אין איין יאהר דארף מען באמת לערנען אין צוויי יאהר. דאס מיינט אנשטאט 7 שעה א טאג איז עס האלב פון דעם.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:40 pm#419328
3 אהאלב שעה ענגליש א טאג איז נאך אלץ אסאך. אז מ'ענדיגט לימודי קודש 3:30, וועלן די קינדער אהיימקומען 7 אזייגער?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:58 pm#419333
נישט אזוי געפערליך
געב א קוק למשל אין מאנטריאל ווי די לימודי חול איז זייער שטרעג - אבער די חברה קענען
כ'האב א חבר וואס ער איז דארט פרינצעבל אין איינע פון די היימישע חדרים - ס'איז א מחי' די קינדער קענען גוט - גרייט צו גיין אין ביזנעס !
כ'מיין ארויסצוברענגן אז מען זאל טאקע לייגן א דגוש אויף די איכות בעיקר
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 4:03 pm#419334
וויליאמסבורגער האט געשריבן:3 אהאלב שעה ענגליש א טאג איז נאך אלץ אסאך. אז מ'ענדיגט לימודי קודש 3:30, וועלן די קינדער אהיימקומען 7 אזייגער?

אויף אייוועלט האט איינער געמאכט א פשוט׳ע חשבון אז ס׳איז אסאך ווייניגער
נעמלעך די פאבליק סקולס לערנען נאר 180 טעג א יאר און אונז לערענען בערך 270 טעג (זונטיגס, זומער וואקאציע, חגאות וכו׳)
אויב אזוי קען מען שניידן ביז 2.3 שעה א טאג
וואס מיינט אז די גאנצע ״גזירת שמד תשע״ט״ (קרעדיט: אייוועלט) איז בעסיקלי א זייפען בלאז
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:10 pm#419344
א שנעלער ציילונג אויפן קאלענדאר האט געוויזן אז תשע"ט האט 155 וואס מען לערנט ענגליש אין חדר, נישט אריינרעכנדיג חגאות און כא כסלו. לויט דעם ברויך מען לערנען מינימום פיר שעה א טאג לימודי חול.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:21 pm#419347
Re: ברעיקינג: DOE באשטעטיגט 3.5 שעה א טאג ענגליש, נישט 7 שעה
וויליאמסבורגער האט געשריבן:3 אהאלב שעה ענגליש א טאג איז נאך אלץ אסאך. אז מ'ענדיגט לימודי קודש 3:30, וועלן די קינדער אהיימקומען 7 אזייגער?
אפשר זאל מען טאקע ענדיגן לימודי קודש 1:30 אין איינוועגס פארדינען אז דו קינדער זאלן זיך נישט פארמיאוס'ן פון לימודי קודש.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:24 pm#419348
עס מעג זיין ענגליש חנוכה און אפילו אין די זומער קעמפס אויב ספעהלט אויס משלים צו זיין. עס דארף אויך זיין א לימודי חול דיפארטמעט אין יעדע ישיבה היי סקול און אן אפשען פאר קאללעדזש קרעדיטס אין אללע ישיבות גדולות. עמך ישראל צריכים פרנסה. לימודי חול וועט בעזהשי״ת מער נישט זיין קיין חוכא וטלולא.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:34 pm#419349
כהאלט סאיז נישט קיין שלעכטע פלאן אוועקצוגעבן דעם גאנצן פרייטאג פאר לימודי חול. מען לערנט עניוועי גארנישט פרייטאג און אזוי קריגסטו נאך עטליכע שעה א וואך.
און פארוואס זאל מען נישט לערנען ענגליש זונטאג? העכסטנס קען מען שניידן א שעה פין די לימודי קודש
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:47 pm#419350
גדליה האט געשריבן:מען לערנט עניוועי גארנישט פרייטאג און אזוי קריגסטו נאך עטליכע שעה א וואך.

נאר פרייטאג?! הלואי :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

קענסט זאגן נאך בעסער. מ'לערנט דאך סייווי אינגאנצן צוויי שעה א טאג, זאל מען די איבעריגע צייט וואס ווערט סתם פארוואסערט אויסנוצן פאר לימודי חול...
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:47 pm#419351
Re: ברעיקינג: DOE באשטעטיגט 3.5 שעה א טאג ענגליש, נישט 7 שעה
גדליה האט געשריבן:כהאלט סאיז נישט קיין שלעכטע פלאן אוועקצוגעבן דעם גאנצן פרייטאג פאר לימודי חול. מען לערנט עניוועי גארנישט פרייטאג און אזוי קריגסטו נאך עטליכע שעה א וואך.
און פארוואס זאל מען נישט לערנען ענגליש זונטאג? העכסטנס קען מען שניידן א שעה פין די לימודי קודש
פרייטאג איז א טויטע טאג, פארוואס זאל זיין ענגליש אין א טויטער טאג?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:51 pm#419352
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:נישט אזוי געפערליך
געב א קוק למשל אין מאנטריאל ווי די לימודי חול איז זייער שטרעג - אבער די חברה קענען
כ'האב א חבר וואס ער איז דארט פרינצעבל אין איינע פון די היימישע חדרים - ס'איז א מחי' די קינדער קענען גוט - גרייט צו גיין אין ביזנעס !

אה! דו רעדסט פון ביזנעס?
קענסט ביטע אנצייגן אויף סטאטיסטיקס ווי די געלערנטע קאנאדער זענען מער מצליח ווי די ניו יארקע?

לויט ווי איך האב געהערט איז די דזשאב סיטואציע דארט עטוואס שוואכער ווי דאהי.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:37 pm#419354
לייענטס איבער די געזעצן. עס איז נאך מער ליגענט ווי מ'האט אונז געזאגט. עס איז נאר פאר די זיבעטע און אכטע גרעידס, נישט יונגער און נישט עלטער.
בקיצור. די גזירה איז ממש א בחינה פון א גזירת גיוס, גוט פאר ביזנעס און ווייניג צו טון מיט די מציאות!
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:21 pm#419364
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:כהאלט סאיז נישט קיין שלעכטע פלאן אוועקצוגעבן דעם גאנצן פרייטאג פאר לימודי חול. מען לערנט עניוועי גארנישט פרייטאג און אזוי קריגסטו נאך עטליכע שעה א וואך.
און פארוואס זאל מען נישט לערנען ענגליש זונטאג? העכסטנס קען מען שניידן א שעה פין די לימודי קודש
פרייטאג איז א טויטע טאג, פארוואס זאל זיין ענגליש אין א טויטער טאג?

און דינסטיג פינעף אזייגער נאכמיטאג אין א חדר איז דען נישט טויט?
אז מ׳וועט לערענען ענגליש פרייטיג און מ׳וועט עס נעמען ערענסט וועט נישט זיין טויט
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:53 pm#419368
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:נישט אזוי געפערליך
געב א קוק למשל אין מאנטריאל ווי די לימודי חול איז זייער שטרעג - אבער די חברה קענען
כ'האב א חבר וואס ער איז דארט פרינצעבל אין איינע פון די היימישע חדרים - ס'איז א מחי' די קינדער קענען גוט - גרייט צו גיין אין ביזנעס !

אה! דו רעדסט פון ביזנעס?
קענסט ביטע אנצייגן אויף סטאטיסטיקס ווי די געלערנטע קאנאדער זענען מער מצליח ווי די ניו יארקע?

לויט ווי איך האב געהערט איז די דזשאב סיטואציע דארט עטוואס שוואכער ווי דאהי.


איך וואלט געקוקט סטאטיסטיקס, אבער מען האט מיר נישט געלערנט וויאזוי צו לעזן סטאטיסטיקס. מען דארף א מאנטרעאל געלערנטע זאל עס אפליינען.

איך הער אז די וואס האבן חתונה געהאט און זענען געוועהן פאר דער ערשטער כיתה אין ענגליש ווען די גזירה אין מאנטרעאל האט טונקעל געמאכט דארט, האבען אלע פיין פרנסה בהרחבה.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:00 pm#419370
איך פארשטיי נישט וויאזוי די עסקנים האבן דאס געקענט אין א קורצע צייט פועלן ביי די מלכות הרשעה. נאך דערצו נאך די דרשה פין ר' אהרן וואס די רשעים האבן געשריבן און געסטראשעט אין די צייטונגען אז זיי וועלען נאך ווייזען וואס זיי קענען, רח"ל היל"ת
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:41 pm#419387
יעצט זעסטו ווער האט געוויזן. נישט נאר דעס, נאר ער איז דער ערשטע צו ווייזן, כדרכו בקודש.