Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די נאך-מלחמה טראומא

די נאך-מלחמה טראומא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12793
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:31 pm#419439
די נאך-מלחמה טראומא
די האלאקאסט איז פון די מערסטע געפארשטע געשעענישן אין די וועלט. מיליאנען ארטיקלען און צענדליגע טויזענטער ביכער זענען געשריבן דערויף. איך וויל רעדן וועגן די נאך-מלחמה טראמא. ווי אזוי אונזערע עלטערן זיידעס און באבעס האבן געדיעלט מיט די שרעקליכע זאכן וואס זיי האבן מיטגעמאכט. וואס איך מיין אז ווייניג איז געשריבן געווארן און גערעדט געווארן וועגן דעם.

איך מיין אלע אונזערע זיידעס זענען געוועהן הירא'ס. מיט אלע זייערע פראבלעמען און זייער נערוועזקייט זענען זיי געוועהן העלדען וואס האבן צוריק אויפגעבויט זייער לעבן נאך די שוידערליכע חורבנות. אונז קענען נישט משיג זיין וואס זיי זענען דורך, אפילו נישט איין טראפ.

איך בין נתעורר געווערן צו טראכטן וועגן דעם ענין נאכ'ן זעהן די עצי חיים וואס כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל האט געדריקט גלייך נאכ'ן חורבן אנפאנג תש"ז. זעהט מען דארטן לע"נ'ס פאר זיין גאנצע משפחה, ברידער שוועסטער שוואגער שוועגערין. אבער לפלא דערמאנט ער נישט זיינע אייגענע קינדער וואס ער האט נעבעך פארלוירן. זיי ווערן נאר דערמאנט צום סוף ביי די לע"נ פון זיין רעביצין, וואס צום סוף שטייט "ויו"ח". מיר קוקט דאס אויס ווי ער איז נעבעך געוועהן אזוי טראומאטייזד פון פארלירן זיינע קינדער אז ער האט זיי אפילו נישט געקענט דערמאנען.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:15 pm#419443
אדער, אז ער האט שוין חתן געהאט בזיוו"ש האט ער אכטונג געווען נישט ארויף צו ברענגען די ערשטע משפחה מער ווי די מינימום.

פרעגט אבער נישט אפ די טראומא
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:30 pm#419446
כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:47 pm#419447
און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:54 pm#419449
וואלווי האט געשריבן:אדער, אז ער האט שוין חתן געהאט בזיוו"ש האט ער אכטונג געווען נישט ארויף צו ברענגען די ערשטע משפחה מער ווי די מינימום.

פרעגט אבער נישט אפ די טראומא

ערשטע ווייב יא אבער קינדער נישט? מאכט נישט קיין סענס.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:58 pm#419459
קאצקע ציקער האט געשריבן:און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא

קאצקע ציקער: די עלטערן פונ'ם היינטיגן דור ליידן פון אנדערע פראבלעמען. די פאלשע פרומקייט מיט וואס זיי זענען ליידער נתחנך געווארן. און זיי פרובירן עס ארויפצווינגען אויף זייערע קינדער...!
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:28 pm#420261
שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.


איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט איינעם אנדערש.
עלי וויזעל שרייבט אין זיין בוך (night) אז ער האט אים געפונען אין אוישוויץ.
אבער ס׳איז נאכאלץ אינטערעסאנט צו דערגיין וואס די מעשה איז געווען מיט אים.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:28 pm#420279
Re: די נאך-מלחמה טראומא
איך האב אים ערגעץ דערמאנט אין שטיבל ברמיזה, וועגן חילוש. איינער א גרויסע קענער האט שעמעדיגעהייט מיר געפרעגט אין אישי דערוועגן. עכ"פ כמבואר למעלה, אלי וויזעל האט אים געטראפען אין אוישוויץ, און דארט איז ער אוועק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk