וואלווי האט געשריבן:עפעס א בעלזע מעשה איז דא מיט אן עם הארץ וואס האט געזאגט בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך.
געדענק איך נישט די דיטעילס..
עס האט אמאל א בעלעבאס א גביר געזוכט א תכשיט פאר זיין טאכטער. איז ער געפארען צו א גרויסע ישיבה, און געפרעגט ביים ראש ישיבה ווער ס׳איז זיין בעסטע בחור. האט ער געצייגט אויף א געוויסע בחור, וואס האט אויסגעקוקט ווי א שנארער מיט צוריסענע קליידער און שיך. דער ראש ישיבה האט אבער געזאגט אז ער איז א זעלטענעם תכשיט פון א ת"ח א בעל מדות וכו׳. שליסט אפ דער בעלעבאס דער שידוך און ער גייט צום בחור׳ס טאטענ׳ס שטוב מיט אים צו שמועסן דערוועגן.
מורא׳דיג אז א צווייטען וועט דער בחור אויסכאפען, האט ער מסכים געווען שוין צו שרייבן תנאים, און אויפ׳ן ארט האט מען א לחיים געמאכט. מ׳האט געשמועסט אז דער בחור וועט קומען צום גביר׳ס שטאט אין א פאר וואכען, און דארט וועט מען פייערן א תנאים כאחד הנגידים. בשעת מעשה אבער, האט מען פון ערגעץ געשלעפט א הארטען לקח און אלטע ביר, און אויף דעם געמאכט א לחיים.
דער גביר האט, אויף זיין חשבון, געלאזט נייען א גאנצע שאפע קליידער פאר דער בחור מיט זיין טאטען, ער זאל אויסקוקען לייטיש ביים תנאים. מיט א שיינעם הוט, א גאנצע צוגעפאסטע אנצאג און לאך פריי שיך, איז ער שוין עפעס אנדערש געווען. דער שווער האט גענומען מיט זיך די אלטע קליידער און דער בחור האט געלייגט ביי זיך אין קעשענע א שטיקל הארטע לקח פון דער תנאים.
לימים, זחה דעתו של הבחור עליו. ער איז שוין צו גאט און צו לייט, א חתן ביים עושר אין שטאט, אוןדער שווער האט מחליט געווען אים צו דערמאנען פון וואנעט ער שטאמט. ער האט אים אריין גערופן און געוויזען זיין אלטען רעקל, מיט פלעקן און ריסען איבעראל. האט דער בחור ארויס גענומען די לקח פון קעשענע.
הייסט׳ס דער בחור דארף וועסען ווער ס׳האט אים געמאכט פארא לייט, אבער ער זאגט זיין שווער ווי אנציקט ער איז געווען אים צו נעמן פאר איידעם עד כדי כך אז ער איז גרייט געווען צו עסן הארטע לקח
Sent from my LG-K373 using Tapatalk