Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"

ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12803
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:58 pm#419637
ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"
כ'האב געזען א קליפ פון האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א ווי ער זינגט נעכטן נאכט ביי א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול שערי ציון דבאבוב א ניגון לכבוד א סיום פון חבורת קנין תורה. זינגט ער "כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהֶגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה".

ביי מיר אין סידור שטייט "וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה" מיט א שוה אונטער די ה' - דאס מיינט מ'דארף עס ארויסזאגן נעה-גע, נישט נע-הע-גע.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:27 pm#419643
או-קריינא דאיגרתא: איך קען אן אנדער'ן גרויסן אדמו"ר שליט"א וועלכער זאגט ביי ספירת העומר מיט גרויס התלהבות ביי דעם לשם יחוד..."ממחרת" השבת. מיט א קמ"ץ אונטער די רי"ש...אויב דער ווארט ממחרת איז מחובר צום ווארט השבת. דארף מען זאגן מיט א פת"ח. ווייל א קמ"ץ בים סוף ווארט איז מפסיק. און ער זאגט שוין אזוי בקול רעש גדול פאר א סאך יארן...!
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:37 pm#419715
איך האב שוין מעורר געווען אויף די טעות מיט יארן צוריק, נאר זעהט אויס אז מרב"ץ ליינט נישט קאווע שטיבל (אפשר נאר צימעס).
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:49 pm#419717
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:כ'האב געזען א קליפ פון האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א ווי ער זינגט נעכטן נאכט ביי א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול שערי ציון דבאבוב א ניגון לכבוד א סיום פון חבורת קנין תורה. זינגט ער "כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהֶגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה".

ביי מיר אין סידור שטייט "וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה" מיט א שוה אונטער די ה' - דאס מיינט מ'דארף עס ארויסזאגן נעה-גע, נישט נע-הע-גע.

אז דו ווילסט עפעס אמת'דיג, גיי אריין צו אים פריוואט און זיי עם מעורר אויף זיין טעות! פראק עם נישט אויס ברבים אויף זיין טעות, נישט שיין.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:05 pm#419721
יין שרף האט געשריבן:

קריינא דאיגרתא ליהוי פרוונקא...
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:07 pm#419735
בל"נ נעקסט טיים איך וועל זיין מיט אים פריוואט (און איך וועל געדענקן) וועל איך אים מעורר זיין דעראויף.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:54 am#419773
יין שרף האט געשריבן:אז דו ווילסט עפעס אמת'דיג, גיי אריין צו אים פריוואט און זיי עם מעורר אויף זיין טעות! פראק עם נישט אויס ברבים אויף זיין טעות, נישט שיין.

א. איך פראק אים נישט אויס, נאר איך וויל שמועסן וועגן דעם. אפשר איז גאר דא א מקור צו זיין הברה.

ב. ער איז א פאבליק פיגור און איך רעד פון עפעס וואס ער האט געזאגט אין פאבליק.

ג. רבי'ס מאכן זיך נישט עוועילעבל צו שמועסן מיט מענטשען, בפרט צו זאגן הערות אויף עפעס וואס זיי טוען אדער זאגען.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:46 pm#419822
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:22 pm#419843
זאגן מיט א סגול איז מיינעך פונקט אזא טעות ווי עס לאזן סיילענט (כך שמעתי מדרדקי אחד)
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:52 pm#419856
Re: ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"
ס'דא וואס זאגן א שווא אין א סגול הברה, ווי למשל" "וישם "לך". אבער דאס איז געווענליך נאר אין אנהויב פון א ווארט וואס דאמאלטס איז עס א שווא "נע" משא"כ אינמיטן א ווארט קען עס אויך זיין א שווא נח, איז די שאלה יעצט צו איז עס א שווא נח אדער א נע, וואס אין דעם ווענדט זיך עס. אין די שווא אין די ווארט "נהגה" איז לכאורה א שווא נח, און ס'נישטא קיין שום סימן אז די שווא זאל זיין א נע, ווייל א סגול איז א נקודה קטנה, במילא איז די שווא נאכדעם א נח, ווי אויך איז נישטא קיין צוויי שווא'ן איינב נאכן צווייטן וואס דאס זאל אויך מאכן די צווייטע שווא פאר א נע, איז קען זיין אז די טעות נעמט זיך פון דעם וואס מאנכע זאגן א שווא אין א סגול הברה אין אנהויב ווארט.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:53 pm#419857
Re: ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"
יעקב מענטש האט געשריבן:זאגן מיט א סגול איז מיינעך פונקט אזא טעות ווי עס לאזן סיילענט (כך שמעתי מדרדקי אחד)
פארוואס עפעס?? אויב ס'איז א שווא נח קומט עס סיילענט
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:56 pm#419859
יין שרף האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:כ'האב געזען א קליפ פון האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א ווי ער זינגט נעכטן נאכט ביי א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול שערי ציון דבאבוב א ניגון לכבוד א סיום פון חבורת קנין תורה. זינגט ער "כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהֶגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה".

ביי מיר אין סידור שטייט "וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה" מיט א שוה אונטער די ה' - דאס מיינט מ'דארף עס ארויסזאגן נעה-גע, נישט נע-הע-גע.

אז דו ווילסט עפעס אמת'דיג, גיי אריין צו אים פריוואט און זיי עם מעורר אויף זיין טעות! פראק עם נישט אויס ברבים אויף זיין טעות, נישט שיין.

אויב מ׳איז עם מעורר פריוואט אויף א טעות העלפט עס? כ׳האב א שיינע פאר זאכען וואס כ׳וויל עם מעורר זיין דערויף
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:39 am#460255
נישט אזא גרויסע טענה.

ווען ס'וואלט געדארפט צו זיין א שווא נע אויפ'ן ה', און א ה' פארטראגט דאך נישט א שווא נע, וואלט געווען א חטף סגול.
ביי חסידים דרוקט מען אויס א חטף אויף א ה' מיט א הארכה אנשטאטס א חטף.
אויב אזוי זיין גרייז איז אז ער זאגט א שווא נע און נישט א שווא נח. נו נו, מ'האט שוין געהערט אזוינס!
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:47 am#460258
און אז ער מאכט יא א טעות איז וואס. ביי חסידים איז מען מקפיד נישט צו זאגן בדקדוק.