Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האדמו"ר מסאטמאר'ס אינפלאציע קאלקולעיטאר

האדמו"ר מסאטמאר'ס אינפלאציע קאלקולעיטאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12817
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:21 pm#420192
האדמו"ר מסאטמאר'ס אינפלאציע קאלקולעיטאר
אויף דעם איינלאדונג בריוול צו דעם יערליכן דינער פון איינעם פון די סאטמארער מוסדות, איז געווען ארויפגעדרוקט די פאלגנדע ווערטער פון האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, וואס ער האט געזאגט ביי א דינער:

"מיט אסאך יארן צוריק האט דער פעטער ז"ל מחייב געווען יעדן צו געבן הונדערט דאלאר פאר די מוסדות. דאס איז געווען בימיו, לויט די היינטיגע סכומים איז דאס אריבער טויזנט דאלאר, דאס איז לכה"פ וואס יעדער דארף געבן לטובת המוסדות."
364.JPG


נו, אז דער רבי איז מחייב אז יעדער "דארף" געבן לכה"פ טויזנט דאלאר, ווייסט ער מסתמא וואס ער רעדט. איך בין דאך אבער א נייגעריגער, און כ'וויל נאכקוקן פון וואס מ'רעדט דא. אינעם קאלום "סאטמארער רבי אין אמעריקע" אין "די צייטונג", ווערט צוגעברענגט פון סענדער דייטש אין זיין בוך "שנת החמישים", איבער דער גענעראל פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען זונטאג פר' ויצא תשכ"ג, וואו דער רבי האט מחייב געווען אז יעדער זאל זיך ביישטייערן מיט מינימום $100.

נו, אז מיר ווייסן אז מ'רעדט דא פון תשכ"ג, קען מען זיך באנוצן מיט פארשידענע אינפלאציע קאלקולעיטארס וואס זענען פאראן אויף דעם וועב, און דער חשבון קומט אויס אז די דעמאלטדיגע 100 דאלאר איז יעצט ווערד ערגעץ צווישן 810 און 830 דאלאר.
365.JPG


באמערקט אז כ'ווייס נישט ווען דער רבי האט געגעבן זיין אינפלאציע-אפשאצונג -- אז ס'ווערט ציטירט ביי א דינער היי-יאר, האט ער עס שוין מסתמא געזאגט א יאר צוריק, ווען ס'איז אפשר ווערד געווען נאך ווייניגער.

אלנפאלס, איז אינטערעסאנט צו וויסן מיט וואספארא אינפלאציע-קאלקולעיטער דער סאטמארער רבי האט זיך באנוצט, מיט וועלכן ער איז צוגעקומען צו א חשבון אז 100 דאלאר אין תשכ"ג איז ווערד מער פון טויזנט דאלאר אין תשע"ט, וואס מיט דעם חשבון האט ער מחייב געווען זיינע חסידים צו געבן אט דעם סכום פאר זיינע מוסדות.
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:40 pm#420193
אריין אינעם אמונות הכרחיות אשכול...
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:44 pm#420195
כ'הער זאגען אז ע"פ פקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א גייט מען היי יאר העכערן די געהאלט פון די איינגעשטעלטע × 10....
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:42 am#420198
ראובן: איך בין שטארק אנטוישט אין דיר. ס'הייסט . דו ווייסט נישט אז דער אינפלאציע קאלקיולעיטאר וואס דו האסט אראפגעברענגט איז פאר די גויים. אדער לאמיר זאגן פאר די או. יו. אבער דאללארן מיט א היימישע השגחה זענען טייערער. פונקט אזוי ווי נישט כשר פלייש קענמען קויפן אין סופערמארקעט פאר א סאך ביליגער. וויפיהל האט געקאסט א פונט מצות בימיו פונ'ם רעבי'ן זכותו יגן עלינו...? און וויפיהל קאסט עס היינט...?! די זעלבע מיט אתרוגים. וויפיהל האבן די שיינע אידן געצאלט פאר א גאר מהודר'דיגן אתרוג בימיו...? און וויפיהל בעטן זיי היינט...! (זיי מעגן בעטן)...!
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 1:09 am#420200
בערל זאגט דברים של טעם (א קלוגע זאך בלע"ז). אונז ווייסמיר אז די תורה איז קובע די מציאות, און טאמער דעת תורה זאגט אז אינפלאציע איז כך וכך קען מען נישט קומען מיט נומערן פון די טעכנאלאגישע כלים און זאגן אנדערש
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 1:49 am#420206
שמעון וואלף האט געשריבן:קען מען נישט קומען מיט נומערן פון די טעכנאלאגישע כלים און זאגן אנדערש

א חוץ אויב דער רבי זעלבסט ברענגט צומאל א ראי' לדבריו פון די כלים, און זאגט קלאר "מען קען נאכקוקן אין די כלי".
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 2:36 am#420211
טעות
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 2:36 am#420212
ראובן,

איך בין אימפרעסד אז דו האלטס סאטמער רבי צי אזא סטענדערד.
1000 צי 800 איז גאלד פאר דו סארט גערעדאכטס.
דו רעדסט פון מענשטען וואס קענען פארקויפן מעשוית ווי גדליה מיט פרחיה.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 3:16 am#420213
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:27 am#420216
דאס איז שוין נאכדעם וואס דער רבי האט געזאגט פארן גבאי וואס האט געזאגט פארן שוואנץ וואס האט געזאגט פארן דרוקער וואס האט געזאגט פארן גראפיקער וואס האט געזאגט פארן צעטל פארשפרייטער און קיינער פון זיי האט נישט גענומען די מיה פון אפילו נישט נוצן די קאפ...

לאחר מאה וועט מען קענען זאגן אז סאטמאר רב רעב אהרן איז געווען אן אויסנאם, וואס מען האט אים אויסגעלערנט האט ער גוט געקענט. רעכענען אבער למשל נישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:36 am#420220
להערה, איך קען נישט נאכקוקן, אבער דאס רעדט זיך נאר וועגען קויפען זאגען, וואס דארט איז אויך דא דער טשיינע פאקטאר. אויב מען זאל רעכענען נאר געהאלט, וויפיל מען איז באצאלט געווארן דעמאלט א וואך לעומת היינט, איז ער מן הסתם נישט גערעכט, ווייל עס איז מער ווי צען מאל.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:41 am#420221
Re: האדמו"ר מסאטמאר'ס אינפלאציע קאלקולעיטאר
אינפלאציע קאלקולעיטאר זעלבסט איז נישט גענוג, דו דארפסט אויך נעמען אין באטראכט וויפול מ'האט געקענט דאן דעקן פונעם חודש מיט א הונדערטער און וויפול עס קאסט היינט צו דעקן דעם זעלביגען לעבנס-קאסטן לויט די היינטיגע געלטער אין די פלאץ וואו מיר וואוינען און די זאכן וואס מיר קויפן (למשל, ביי מק-דאנלד'ס קען מען קויפן א נאכטמאל פאר סאך ביליגער ווי ביינונז.
כמדומה אז דאס איז סאך מער ווי א טויזנט דאלער.
פון דער אנדערער זייט איז דאס א חיה'אישקייט טאקע צו בעטן אזא סכום ווען רוב מענטשן קענען זיך קוים דעקן דעם חודש לעומת דעמאלט וואס מען האט סאך גרינגער געקענט אוועקלייגן דעם הונדערטער.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:56 am#420223
אישתישבי האט געשריבן:להערה, איך קען נישט נאכקוקן, אבער דאס רעדט זיך נאר וועגען קויפען זאגען, וואס דארט איז אויך דא דער טשיינע פאקטאר. אויב מען זאל רעכענען נאר געהאלט, וויפיל מען איז באצאלט געווארן דעמאלט א וואך לעומת היינט, איז ער מן הסתם נישט גערעכט, ווייל עס איז מער ווי צען מאל.

הייסט דער עקאנאמישער דעפארטמענט פון סאטמאר האט אן אייגענעם וועג וויאזוי צו רעכענען דעם ווערד פון געלט. וואלט כדאי געווען אז מ'זאל אויך ארויפשטעלן אנליין דעם סאטמארער אינפלאציע קאלקולעיטאר.

בכלל, אויב דער סאטמארער רבי איז מחייב לויט א פראצענט פון וויפיל מ'פארדינט, וואלט ער געדארפט זאגן אז יעדער איז מחויב צו געבן, לאמיר זאגן, 2% פון וויפיל מ'פארדינט.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:07 am#420227
אויב וואלט ער יא געקענט דעם ריכטיגן נומער, וואלט דאך ראובן געשריבן אן ארטיקל אז סאטמאר רבי איז יא עדזשוקעיטעד ווייל אין יענע יארן האט מען געלערנט מער שעות ענגליש אדער אז ער האט באהאלטענע אינטערנעט, נו האט ער דאך נישט קיין ברירה.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:30 am#420229
Re: האדמו"ר מסאטמאר'ס אינפלאציע קאלקולעיטאר
מיין זיידע האט מיר געזאגט אז ווען ער האט חתונה געהאט, אנפאנג ל' יארן האט ער געצאלט 150$ רענט , היינט צאלט מען מינומום 1500 אפילו אין קרית יואל אדער מאנסי.

אויך האט ער מיר געזאגט אז 50$ א וואך איז געווען א נארמאלע וועידזש פאר א סטארטער, איך האב אנגעהויבן מיט איבער 500$.

אפשר קען ר' בערל אריינקומען וויפיל א גראסערי ארדער האט געקאסט תשכ"ג?
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:57 pm#420241
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:קען מען נישט קומען מיט נומערן פון די טעכנאלאגישע כלים און זאגן אנדערש

א חוץ אויב דער רבי זעלבסט ברענגט צומאל א ראי' לדבריו פון די כלים, און זאגט קלאר "מען קען נאכקוקן אין די כלי".

שמעקעדיג: טאקע ביי די איצטיגע מלחמה מיט נפתלי מאסטער (שר"י) פון יאפפעד, שר"י, כבר אמרנו. און מיט די באורד אוו עדיוקעישן, האט די רבי שליט"א געברענגט סטאטיסטיקס ווי ווייט די פאבליק סקולס זענען שלעכט. און ערציען בלויז קרימינאלן , לא יוצלח'ניקס און פארברעכערס. לעומת, להבדיל די ישיבות הקדושות וועלכע געבן ארויס אינטעליגענטע, געלערנטע תלמידי חכמים, וועלכע זענען ב"ה שטארק מצליח אין די וועלט פון ביזנעס. הגם א גרויסער טייל פון אט די גראדואנטן קענען אפילו נישט אויסשרייבן א טשעק. שתי טעמים יש בדבר. ערשטנס. ווער שרייבט היינט טשעקס. מ'סווייפט קרעדיט קארדס. אדער מ'דריקט קנעפלעך און מ'קליקט א מייזל אויפ'ן (טמא'נעם) געפילטערטן דורך גדר אדער משומר, קאמפיוטער. והשנית אויף דעם איז דאך דא סעקרעטעריס און בוקקיעפערס...! אזוי אז דער חשוב'ער יונגערמאן דער בעה"ב דארף גארנישט טון חוץ מאכן די דיעלס. איי. דער ענגליש איז נישט אזוי געשליפן. אבער דער נעפיו (די שוועסטער'ס זוהן) וועם מ'האט אריינגענומען אין ביזנעס, וועלכער איז א ביסל אפגעפארן. און ער האט געלערנט אין תורה ודעת. קען רעדן און שרייבן א גוטן ענגליש. ער וועט שוין טאלמעטשן פאר'ן פעטער...!
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:34 pm#420264
געוואלדיג!

מ'דארף נאר קלארשטעלן, אז מיר רעדן דא פונעם זעלבן אדמו"ר וואס האט זיך אויפגעשטעלט בשער בת רבים האקן אויפן אלגעמיינעם פובליק שולע סיסטעם. אצינד ווערן מיר געוואויר ווי גוט אונזער אדמו"ר קען רעכענען (מ'קען זיך דאך לערנען רעכענען פון גמרא, איא?), און אזוי דרך-אגב'דיג זעען מיר וויפיל האפט זיינע ווערטער טראגן.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 7:56 pm#420272
אויב ער וואלט געזאגט "ארום" אנשטאט "איבער", וואלט ער געקענט פארמיידן די אשכול.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:11 pm#420277
פידלער האט געשריבן:אויב ער וואלט געזאגט "ארום" אנשטאט "איבער", וואלט ער געקענט פארמיידן די אשכול.

נו, דערפאר איז ער טראָמ... אנטשולדיגט: ר' אהרן.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:28 pm#420287
אונטער חכם האט געשריבן:מיין זיידע האט מיר געזאגט אז ווען ער האט חתונה געהאט, אנפאנג ל' יארן האט ער געצאלט 150$ רענט , היינט צאלט מען מינומום 1500 אפילו אין קרית יואל אדער מאנסי.

אויך האט ער מיר געזאגט אז 50$ א וואך איז געווען א נארמאלע וועידזש פאר א סטארטער, איך האב אנגעהויבן מיט איבער 500$.

אפשר קען ר' בערל אריינקומען וויפיל א גראסערי ארדער האט געקאסט תשכ"ג?

אונטער חכם: איך האב חתונה געהאט אין יאר תשל"ד. (יא. אן אלטער בחור. און א יונגער-מאן.) גלייך נאך מיין חתונה האביך איינגעקויפט אויף שבת. חלות. און גרעיפ דזשוס און מילעך און אפילו קעיק. דער סך הכל איז געווען זיבן דאללער...! היינט פאר זיבן דאללער קוקט מען אפילו נישט אויף דיר אין גראסערי. מיט עטליכע יאר שפעטער. האט מיך געקאסט א גרויסער גראסערי ארדער גאנצע $25 דאללער...!
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:36 am#420307
berlbalaguleh האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:מיין זיידע האט מיר געזאגט אז ווען ער האט חתונה געהאט, אנפאנג ל' יארן האט ער געצאלט 150$ רענט , היינט צאלט מען מינומום 1500 אפילו אין קרית יואל אדער מאנסי.

אויך האט ער מיר געזאגט אז 50$ א וואך איז געווען א נארמאלע וועידזש פאר א סטארטער, איך האב אנגעהויבן מיט איבער 500$.

אפשר קען ר' בערל אריינקומען וויפיל א גראסערי ארדער האט געקאסט תשכ"ג?

אונטער חכם: איך האב חתונה געהאט אין יאר תשל"ד. (יא. אן אלטער בחור. און א יונגער-מאן.) גלייך נאך מיין חתונה האביך איינגעקויפט אויף שבת. חלות. און גרעיפ דזשוס און מילעך און אפילו קעיק. דער סך הכל איז געווען זיבן דאללער...! היינט פאר זיבן דאללער קוקט מען אפילו נישט אויף דיר אין גראסערי. מיט עטליכע יאר שפעטער. האט מיך געקאסט א גרויסער גראסערי ארדער גאנצע $25 דאללער...!

ווי זאגט יענער, אמאל האט מען געקענט גיין אין גראסערי מיט א פינעווער און ארויסוואקן מיט א פולע בעג מיט עסן, היינט איז אבער דא קאמערעס....
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:38 am#420308
די מקור פאר ראובן'ס סטאטיסטיקס איז צווייפעלהאפטיג ווייל ס'קומט פון איינער וואס איז נישט געגאנגן מיט א בארד ביים קריג
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:20 am#420314
נולד מאוחר האט געשריבן:ראובן,

איך בין אימפרעסד אז דו האלטס סאטמער רבי צי אזא סטענדערד.
1000 צי 800 איז גאלד פאר דו סארט גערעדאכטס.
דו רעדסט פון מענשטען וואס קענען פארקויפן מעשוית ווי גדליה מיט פרחיה.

100%.
דער איז בכלל נישט אזוי אףף, יעדער פארשטייט אליינס אז ער איז נישט ארויף אויף גוגעל פארן דרשה און אויסגערעכנט אויפן אינפלעישאן קאלקולעיטאר די פונקטליכע סכום, נאר ער רעדט עפראקסעמיטלי, סא די פראבלעם איז אז ער האט געזאגט 'איבער' 1000, אנשטאט זאגן 'בערך'... אי משום הא פארדינט עס נישט אזא שטורמישע אשכול...

ועוד והוא העיקר, ער האט נישט געזאגט וועלכע יאר דער פעטער האט מחייב געווען די $100, און קען גאר זיין אז ער האט פונקט אזוי אויך מחייב געווען דעם עולם תשי"ג מיט $100.
ווייל ר' סענדר דייטש פארציילט וועגן תשכ"ג מיינט נישט אז ער האט פריער נישט מחייב געווען די זעלבע. עכ"פ אים אפפרעגן געבעיסט אויף דיע ראיה קענסטו נישט.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:51 am#420315
דער פראבלעם איז נישט מיטן רבין. דער פראבלעם איז מיט די חסידים. הלמאי איז קיינעם ניטאמאל בייגעפאלן צו נאכזוכן א מקור אדער זיך אינטערעסירן וויאזוי מען קען דאס וויסן, דער רבי זאגט און חסידים שאקלען צו מיטן קאפ, רוב פון זיינע נאכפאלגער ווייסן ניטאמאל אז מען קען דאס טרעפן אונטער א מינוט מיט א זוך אויף גוגל. אויב איינער איז יא נייגעריג וועט ער פרעגן א עלטערן איד וואס וועט מאכן דעם קאלקולאציע דארט אויפן פלאץ כיד הזכרון הטובה עליו.

עס דערמאנט מיר ווי אין די יונגע יארן האב איך געליינט אין גמרא א מחלוקה צו ינאי מיט יוחנן זענען דער זעלבער מענטש, איינער פון די אויפגעקלערטע מפרשים, מסתמא מהרץ חיות, ווארפט אריין אז לויט ווי מיר ווייסן איז ינאי א זון פון יוחנן, און איך האב זיך נישט געקענט אפוואונדערן פון וואסערע מיסטעריעזע מקורות ער נעמט זיינע רייד, גיי ווייס וואסערע אלטע רוימישע ביכער ער האט אפירגעקראצט. עס איז מיר נישט איינגעפאלן אז די גויים האבן וואס אריינצורעדן דא און זיי שטעלן עס נאך אויפן אינטערנעט...

אין די שפעטערע יארן האב איך זיך באלעקט די פינגער מיט יעדע ידיעה וואס איך האב געקענט דערגיין איבער דעם ליעווער. היינט באזיץ איך דעם בוך פון פרופסור אסף און לאך וויאזוי די זאכן זענען דברים פשוטים וגלויים בחוגי האקדמיה און די אייגענע חסידישע אידן האבן נישט קיין מושג.