Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאמפיין "ללקק"

קאמפיין "ללקק"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12841
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:20 pm#421118
קאמפיין "ללקק"
טייערע אידען,
אזוי ווי כ'זעה אז די עולם מאכט ריזיגע קאמפיינען און ס'קומען אריין מיליאנען טריליאנען דאלארן.
האב איך געקלערט איך קען אויך מאכען א קאמפיין.
איך זוך אנצוקומען צו טויזענט לייקס ביז שבת קודש, אין א פארזיך צו באסטען מיין קאנפידענץ.
יעדער קען מנדב זיין וויפיל ליקס ער קען, איינער קען געבן פינעף איינער צען איינער פופצען, אפילו איין לייק איז אויך עפעס. איהר קענט לייקען די ארטיקעל און יוצא זיין אייער נדבה.
יעדער וואס איז מנדב גייט אריינגיין אין א גורל, ס'וועט זיין איין געווינער פון פופציג לייקס. צוזאמען מיט נאך צען קלענערע געווינער פון איין לייק.
אזוי ווי מיר נויטיגען זיך יעצט שטארק אין לייקס (וד"ל) בעטען מיר די עולם זאל זיך שיין צושטעלען.
וזאת למודעי, אונזערע קאמפיין ווערט נישט געמאכט מיט טריפהנ'ע ראבא קאלס וואס זענען מצער מענטשען, און מיט מסירת נפש וועלן מיר זיך פארמיידען פון טרעטן אויף די נערווען פון עם ישראל.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:34 pm#421119
Re: קאמפיין "ללקק"
דיין קאמפיין וועט קיינמאל נישט געלונגען. עס האבן אין זיך די מעדזשיק ווארט "מעטישנג".
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:42 pm#421120
נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:53 pm#421122
וויפיל לייקס פאר גדליה אין שטיבל אזוי פיל ברית'ן אין בעלזער שטיבל
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:12 pm#421125
ברוך ה' מיר רוקען זיך פאראויס, מיר ברויכען נאך קנאפע פופציג לייקס צו דערגרייכען די ענגילטיגע ציהל.
רבותי רבותי פליז פליז ברענגט נישט צו מיר זאלען מוזען זיך באנוצען מיט די טריפהנע ראבא קאלס, רופט אייך אן מיט ווארעמע נדבות.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:31 pm#421132
אויב די געסט אויף דיין אינטערנעט קאמפיין, עלעך ארלעידיגן די ארונים זאלען ארויסגעבען א קידוש ה' בריעף לטובתך.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:38 pm#421136
Re: קאמפיין "ללקק"
אז מען בעט שיין באקומט מען.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:51 pm#421138
גדליה האט געשריבן:נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?

איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!

פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.

עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:54 pm#421141
על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:59 pm#421144
איסר האטלקי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?

איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!

פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.

עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!


ע"ד די מלמד אין חדר, איך וויל עס נישט ניצען אבער טאמער ס'פעלט אויס עמער דארפן דרוקען די נודניק קנעפל...
פרייטאג יאנואר 04, 2019 12:02 am#421145
אישתישבי האט געשריבן:על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.


עכט וואלט געדארפט זיין "ללק" נאר ס'איז העברעאיש פאר א "לייקעלע" אזא. פונקט ווי קטנ'צ'יק כזה.
פרייטאג יאנואר 04, 2019 12:31 am#421150
א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד
פרייטאג יאנואר 04, 2019 12:58 am#421153
Re: קאמפיין "ללקק"
גדליה האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד
שרייב א פרישן אשכול,באקומסטו נאך איינס
פרייטאג יאנואר 04, 2019 2:57 am#421156
אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!
פרייטאג יאנואר 04, 2019 3:03 am#421157
וואס געשעהט אויב מ'קומט חס ושלום נישט אן צום ציל? אלעס גייט צוריק גיין?
פרייטאג יאנואר 04, 2019 3:05 am#421159
Re: קאמפיין "ללקק"
גדליה האט געשריבן:אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!
גדלי' זיסער: אזוי ווי כ'האב שטארק הנאה פון דיינע ארטיקלעך, עלעך אפירזוכן טייל פון דיינע תגובות וואס כ'האב נאכנישט געלייקט, און עס לייקן, נאר ווייל כ'האב דיך ליעב, און מיט א פרייליכן געמיט וועסטו קענען עסן די טשולענט מיט ירושלמי'ר לאקשן קוגל שוין מארגן פאר טועמי'
פרייטאג יאנואר 04, 2019 3:20 am#421160
Re: קאמפיין "ללקק"
גדלי': פליז געב מיר א חשבון וויפיל לייקס דו האלסט שוין, כ'ארבייט שוין אריין דא פאר כאטשיג צוואנציג מינוט און כ'באווארף דיר מיט לייקס לכאן ולכאן, און כ'מוז שוין גיין מיך צולייגן צו האבן כח פארן מארגענדיגן טאג.
פרייטאג יאנואר 04, 2019 3:41 am#421161
מ'קען שוין כמעט צולייגן די באנוס גאול
פרייטאג יאנואר 04, 2019 6:50 am#421164
איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?

איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?
פרייטאג יאנואר 04, 2019 8:53 am#421166
מזל טוב! דער גאול איז געריעטשד געווארן!
פרייטאג יאנואר 04, 2019 10:00 am#421167
Re: קאמפיין "ללקק"
איסר האטלקי האט געשריבן:איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?

איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?
איסר'ל מיין ברידער, מ'האמיר א געשעפט!
פרייטאג יאנואר 04, 2019 10:21 am#421170
ATUB @גדליה ATUB וואס טוט זיך מיט דעם גורל?

אפשר ווארט צו ביז נאך שבת אז דער געווינער פון אוסטראליע זאל אויך קענען מיטהאלטן..
פרייטאג יאנואר 04, 2019 11:24 am#421172
אוי וויי, פארפאסט.
פרייטאג יאנואר 04, 2019 11:27 am#421173
Re: קאמפיין "ללקק"
ראובן האט געשריבן:אוי וויי, פארפאסט.
קענסט נאך אריינכאפן דעם באונעס גאול.
פרייטאג יאנואר 04, 2019 4:22 pm#421179
ב"ה די קאמפיין איז געקרוינט געווארען מיט א געוואלדיגע סוקסעס.
א גרויסע דאנק פאר אלע משתתפים, ספעציעל פאר די גאלדענע אדלער פאר זיך אנשטרענגען סזאל אריינקומען די נויטיגע סכומים.
אונזער קאמפיין איז א קלארע באווייז אז ספעלט נישט אויס די טריפהנע ראבא קאללס און טשארידי לגיונות און אנדערע מרעין בישין אויפצוטרייבן שטיצע פאר א צוועק..
גלייכצייטיג וועלן מיר מודיע זיין אז מיר באגייען נישט דעם באקאנטן סקעם פון ארויפשטיפן די יעד באלד נאכדעם וואס מגרייכט עס. א ווארט איז א ווארט. דער יעד איז דערגרייכט געווארן. איך האלט ביי טויזענט לייקס ב"ה. מיין סעלף עסטים איז געוואקסן צו א אלל טיים היי. מיר גייען מקבל שבת זיין מיט א פרייליכע אין דערהויבענע געמיהט.
מוועט אויסראפלען די געווינסן נאך שבת אי"ה.
יעדער האט געווינען א מצוה, שטייצעך.
גוט שבת אלע מיינע גוטע פריינט. (און אלע לצים).