Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12858
מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:04 am#421580
ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן
אויף קול מבשר רעדט ר' ATUB @יונה כהן ATUB און רעדט דירעקט צו נפתלי מאסטער. די ערשטע זאך וואס ער זאגט איז אז מאסטער זאגט אז חסידים קענען נישט זאגן א מיינונג ווייל זיי האבן מורא , ר' יונה כהן לייקענט עס אינגאנצען אפ און זאגט אז יעדער קען געהעריג אויסדריקן א מיינונג. אין פאקט , מענטשן זאגן אים כסדר מיינונגען!! קודם כל , אויב מענטשן זאגן פאר אים כסדר מיינונגען אהן קיין מורא ווייסט דאך ר' יונה אז אסאאאאך חסידים זענען בדעה אחת מיט מאסטער . אבער דאס איז א זייטיגע פוינט. איך וויל נאר פרעגן ר' יונה וואס האט א פלאטפארם צו רעדן אויף קול מבשר , קען א צווייטער רעדן אויף קול מבשר א פארקערטע מיינונג?? איך פארשטיי אז מ'קען נישט זאגן אז מ'שטיצט מאסטער , אבער מ'קען זאגן א לעגיטימע מיינונג אז די ענגליש איז א חורבן אין רוב חדרים (בפרט אין וויליאמסבורג און ק''י , און אז ס'איז דא חדרים וואס שטעלן נישט צו די מינימעם? און אז דאס דארף א תיקון ??

בכלל איז מיר א ווינדער אויף ר' יונה אז ער זאגט פשוט ליגענט. נאך פאר די סטעיט האט קלאר געמאכט אז ס'איז נאר 3.5 שעה האט שוין מאסטער געשריגן אז ס'איז אוממעגליך אז די רעגעלעישענס איז 7 שעה , און א שיינע פאר מענטשן וואס האבן געליינט די רעגעלעישענס בעיון האבן געזאגט נאך פאר די סטעיט האט עס באשטעטיגט אז מ'רעדט פון די שעות איבער צוויי יאהר און נישט איבער איין יאהר. וואס מאסטער שרייבט וועגן דעם איז די פאקט און וואס ר' יונה און די אגודה זאגן איז ליגענט.

ר' יונה זאגט אז מידיאם האט אראפגענומען מאסטער'ס ארטיקעל ווייל ס'האט ליגענט. אין פאקט האבן זיי עס אראפגענומען וועגן ס'האט געהאט סקרין שאט'ס פון אימעילס און זיי לאזן נישט לייגן אזעלכע סקרין שאט'ס נאר מיט רשות פון ביידע זייטן . די רגע וואס מאסטער האט עס אראפגענומען האבן זיי צוריקגעלייגט די ארטיקעל.

ר' יונה , וואשינגטאן פאוסט וואלט אייך געגעבן פיר פינאקיאס.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:34 am#421584
די גזירה ווערט ערגער און ערגער. קודם האבן זיי געוואלט זיבן שעה, און יעצט האט מען אויסגעפינען בסוד סודות אז זיי גייען מאכן א געזעץ אז מען טאר נישט טראגן קיין קאפעל בשעת מען לערנט לימודי חול. היל"ת, מען גייט דאס פייטען עד הסוף, דער קעניג פון מאנרא האט שוין געזאגט אז דער דרך התורה איז מלחמה, און מען מאכט א דרעפט, אלע בחורים און כולל אינגעלייט מוזן אנטייל נעמען. מען ווען מאביליזירן די טרופען, און מען וועט באלאגערן די הויז פין די כלב'טע אין אלבאני, און נישט אפטרעטן ביז זיי ציען צוריק פין די גזירה..

הרבה"ח ר' שמחה פעלדער האט שוין געזאגט אז ער האט פארלוירן זיין איינפלוס דורך רעדן שיין, און אז עס גייט נישט מיט מוח גייט עס מיט כח.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:36 am#421585
שיק דאס אריין צו יונה כהן

m http://westchester.news12.com/story/397 ... ak-english m
מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:17 am#421592
ביי אונז אין מקווה האלט רוב עולם אז ענגליש אין די חדרים איז א חורבן און קיינער שעמט זיך נישט אדער האט מורא דאס צו רעדן. לגבי קול מבשר דארף מען זיי פרעגן.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:27 am#421596
אפילו אין טוילעט וועלט זענען רוב מודה אז די מצב מיט ענגליש איז צריך תיקון גדול.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:23 pm#421613
לעיקוואד האט געשריבן:ביי אונז אין מקווה האלט רוב עולם אז ענגליש אין די חדרים איז א חורבן און קיינער שעמט זיך נישט אדער האט מורא דאס צו רעדן. לגבי קול מבשר דארף מען זיי פרעגן.


לאמיר זעהן צי איינע פין די מענטשען וואלטן ארויס געקומען ברבים רעדן? קיינמאל, ווייל די נעקסטע טאג איז דא פאשקאווילן אויף אים אין אלע גאסן. נפתלי מאסטער איז געווען קליג קודם איז ער ארויס פין אינזער community אין יעצט קען ער טוען וואס ער וויל.
די פאקט איז איינער וואס איז אין די community אין ער וויל רעדן אנדערש ווי די סיסטעם וועט מען אים רודפ'ן עד הסוף, אין מקוה יא ווייל עס איז "דאמירן בעלמא" אבער אויב ער וויל עפעס אויפטוען למעשה וועט מען אים דערגיין זיינע יארן לו ולזרעו.
והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:04 pm#421624
דו האלטסט אז יונה כהן ווייסט נישט וואס דו און יעדער חדר אינגל ווייסט? טאקע דאס, די זעלבע סיבה פארוואס א צד השני ווערט צענזערירט פון קול מבשר, אייוועלט און היימישע מידיא איז די סיבה פארוואס כהן וועט דאס נישט דרש'ן בפומבי און וועט ליגענט זאגן דערוועגן. ס'איז א דבר פשוט פאר רוב קול מבשר צוהערער אז אויב דער אמת קונקוריריט מיט די אפיציעלע ליניע ברויך מען דעם אמת צענזורירן אדער זאגאר אפשלאגן מיט א ליגענט. דערפאר, ווייל דאס איז די רצון פון רוב קונדן, קען מען אנדערש קיין שטימע אין די היימישע מידיא באקומען. ודבר פשוט הוא.

ראפאפורט און ווידער און פיל אנדערע זענען א סעמפעל פון קליגע אינגעלייט וועלכע ווייסן אז זייער פריוואטע מיינונגן וועלן זיי נישט מאכן פאפולער און זיכער וועלן זיי נישט באקומען דערפאר די היימישע פלאטפארמעס און מידיא קאנאלן. דעריבער האבן זיי בוחר געווען צו קעמפען פאר די פאפולערע צד בגלוי, כדי צו ענדזשיוען די שטיצע פון אירע נאיווע צוהערער, און לאזן זיך הערן זייערע פריוואטע מיינונגן פריוואט אדער גאר אנאנימים.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:43 pm#421640
calculator האט געשריבן:והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?

טראכט א מעניט, איז דיין ראיה א ראיה?
מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:46 pm#421667
הקטן האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?

טראכט א מעניט, איז דיין ראיה א ראיה?

אף על פי שאין ראיה לדבר, זכר לדבר
מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:57 pm#421668
פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?
מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:47 pm#421682
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?


ווייל ס'קען פשוט צוברעכען די פילטער...
מיטוואך יאנואר 09, 2019 5:12 pm#421686
למעשה בין איך נישט זיכער אז קול מבשר וועט נישט נעמען א צד שני וואס איז גרייט צו זאגן אז לימודי חול דארף א תיקון און איז וויכטיג. אוודאי זאגען אז מאסטער איז גערעכט איז קעגן די רעליגיע, און דאס וועלען זיי נישט צולאזן, ווייל ער האט שוין גענוג געווען פין איסורים, אבער א צד שכנגד איז ער מן הסתם יא גרייט. זאל איינער רופען דרעזנער און פרעגן.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 5:49 pm#421700
איך בין יא זיכער.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 8:57 pm#421728
Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?
ווייל זיי האבן נישט צו דעקן די הוצאות הקאווע. קוים קוים וואס זיי דעקן די בודזשעט אזוי, ווילסטו צולייגן קאפי.
דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:19 am#421756
Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן
איך געדענק גראדע יונה כהן רעדן אמאל אויף קול מבשר אז עס איז א פראבלעם, פארשטייט זיך אז ער האט עס געמוזט באגלייטן מיט פארשידענע דיסקלעימערס אבער ער האט גערעדט און עס איז גארנישט געשען.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:59 am#434849
גדליה האט געשריבן:אפילו אין טוילעט וועלט זענען רוב מודה אז די מצב מיט ענגליש איז צריך תיקון גדול.

Wow !!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:29 am#434855
Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן
איך געדענק הערן פון רבי שאול קליין אין זיין חצי שיעור אויף קול מבשר אז די לימודי חול היינט צריך תיקון גדול ולא כך היית בימיו, ווען ער האט געלערנט אין סאטמאר חדר


Sent from my iPhone using Tapatalk