ראובן האט געשריבן:אין קינדליין איז די וואך דא אן אינטערוויו מיט הרב צאנגער, דער מגיה פון דער אויסגאבע (וועלכער טוט גראדע געווענליך א פיינעם דזשאב). צאנגער רעדט פון זיין עבודת ההגהה און זאגט אז ער האט נישט ליב די נייע "פאראידישטע" ווערטער, און גיט צוויי ביישפילן: "פאפולאציע" און "לאקאציע".
לדעתי, הגם געווענליך איז בעסער צו נוצן ווערטער וועלכע האבן מער א אידישן טעם, ווי "באפעלקערונג" און "אָרט", זענען פאפולאציע און לאקאציע נאך אלץ גוטע אידישע סינאנימען און זענען ווערדפול אין פארשידענע קאנטעקסטן.
אבער עס איז מיר געווען ממש קאמיש צו לייענען שפעטער אינעם ארטיקל אז הרב צאנגער רופט דעם קעפל פון א בילד מיט דעם ווארט "קעפּציע" – אן אייגענע "פאראידישטע" ווארט פון דעם ענגלישן ווארט caption...
ראובן האסט געהעקט מיין מח...
כ'האב געהאט די זעלבע הערה ביים ליינען און ווי דו זאגסט, די טענה פון הרב צאנגער איז נישט אינגאנצן ריכטיג, אויב א ווארט איז גענוג וויכטיג, דהיינו אז עס האט נישט קיין ענליכן טערמין אין אידיש, אדער ווען דאס ווארט איז שוין נשתרש און ווערט פיל געניצט דורך אנדערע שרייבערס, איז נישטא קיין שום סיבה זיך צוריקצוהאלטן, ווערסוס קעפציע, וואס איז בכלל נישט קיין באנוצטע ווארט און כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געזען געשריבן ערגעץ אין א פראפעסיאנאלער צייטונג צי כדו' און ס'איז בכלל נישט וויכטיג, ווען אין אידיש איז דא א פיל שענערער ווארט, פשוט: קעפל!