Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » דער מאמענט האט ליגנט געזאגט אירע לייענער.

דער מאמענט האט ליגנט געזאגט אירע לייענער.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 26 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12865
זונטאג יאנואר 13, 2019 2:31 am#421973
דער מאמענט האט ליגנט געזאגט אירע לייענער.
דער מאמענט איז אן אויסגאבע וואס האט זיך איינגעקויפט מיט די צייט א שם אלץ אן אנדערע סארט קאליבער אויסגאבע. זיי האבן געקאלערט א געוויסע שניט ווי זיי פארמאגן א געוויסע סארט היינטיגע מאדערנקייט ווי זיי שטייען פארן אמת. זאל עס קאסטן וואסארא פרייז עס זאל נאר זיין.

מאמענט טוט זיך כסדר אננעמען פארן באקריוודעטען. מאמענט פארכט זיך נישט צו לאזן לופטערן צווישן אירע שפאלטענעס פארשידנארטיגע טעמעס וואס ווערן באטראכט ווי טאבו. זאל עס זיין בוליאינג אין ישיבות, עלטערן מיט דיסארדער אדער אזא קומסט צו מיר עסן שבת שערוריה.

זיי שטעלן כסדר ארויס א טאן ווי זיי שטעלן זיך פאר ישרות און גערעכטיקייט אפילו עס קומט מיטן פרייז פון מישן אין קאנטראווערסיאלע טעמעס.

---------
עס איז הימל און ערד און רעפארם ביל. ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען רעדן פונעם ביל. ריפאבליקענס ארויף דעמאקראטן אראפ, סאמעט גייט יא ארויס, נישט ארויס, דער האט געגעבן אזוי פיל און דער אזוי. ארוינעם זענען יא געווען די ערשטע, נישט געווען די ערשטע.

Moment Shmos 5779.jpg

דער מאמענט האט זיך אויך ארויפגעכאפט אויפן וואגן און זיי האבן דעליווערט א קנאקעדיגער אינטערוויו מיט דער הויפט מחותן פונעם ביל הרב משה מארגארעטן.

שאקירט (און אפשר נישט?) בין איך געווען ווען איך האב מברר געווען יענעם שבת אז דער אינטערוויו איז קיינמאל פארגעקומען אין די ווירקלעכקייט! דער מאמענט האט פארפירט אירע לייענער מיט פאלשע אינפארמאציע כאילו עס איז אן אינטערוויו מיט הרב מארגארעטן.

דער אינטערוויו איז גאר אפגעהאלטן געווארן מיט הרב דרעזדנער פון קול מבשר. הרב מארגארעטן האט געזאגט פארן מאמענט שטאב אז ער האט נישט די צייט דערפאר און זיי קענען פרעגן דרעזדנער וואס איז א גאנצער צייט געווען אינפארמירט מיט הרב ראטשילד.

אן אויסצוג ווי דער מאמענט ציטירט הרב מארגארעטן'ס ווערטער כאילו ער רעדט צו זיי
2019-01-13 01.10.07.png

אין דער דזשורנאליסטישער וועלט ווי פלאגיאירען ארטיקלען אדער מיסליעדן דזשורנאליזם בכוונה טראגט קאנסעקווענצן זאל דער מאמענט טראגן אויף אירע פלייצעס די פולע פאראנטווארטלעכקייט וואס זיי האבן געטון.
זונטאג יאנואר 13, 2019 2:38 am#421974
פין וועלכע מאגאזין זענט איר?
זונטאג יאנואר 13, 2019 3:00 am#421975
דרעזנער איז גראדע א שרייבער אין מאמענט
זונטאג יאנואר 13, 2019 3:24 am#421979
תישבי איך ארבעט נישט פאר קיין אנדערע אויסגאבע און איך זע נישט פארוואס דו זאלסט דזשעמען א לעגיטימער אשכול מיט אזא תגובה. שכח.
----
קליגסטער, קען זיין דרעזדנער ארבעט פארן מאמענט, און מעגליך דרעזדנער איז גאר אליינס יעקב חיים גרין דער שרייבער פון די ארטיקל, אבער נאכאלץ האט ער צו זיי נישט גערעדט און דאס פארפירעריש.
זונטאג יאנואר 13, 2019 7:32 am#421981
פונקט דער נומער איז געווען די ערשטע מאל וואס כ'האב געקויפט די מאמענט - כדי צו א קוק טאן וואס זי איז. איך בין מיילדלי איבערראשט געווארן פון דער שניט און זיך געגרייט צו שרייבן א קורצע פאזיטיווע רעוויו. א שאד אז דיין אנטדעקוג האט פארהארגעט דער פוירסט אימפרעשאן וואס כ'האב געהאט.

אגב, וויאזוי האסטו מברר געווען? האסט גערעדט מיט מארגארעטן?
זונטאג יאנואר 13, 2019 8:52 am#421984
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
דער מאמענט איז אן אויסגאבע וואס האט זיך איינגעקויפט מיט די צייט א שם אלץ אן אנדערע סארט קאליבער אויסגאבע. זיי האבן געקאלערט א געוויסע שניט ווי זיי פארמאגן א געוויסע סארט היינטיגע מאדערנקייט ווי זיי שטייען פארן אמת. זאל עס קאסטן וואסארא פרייז עס זאל נאר זיין.

מאמענט טוט זיך כסדר אננעמען פארן באקריוודעטען. מאמענט פארכט זיך נישט צו לאזן לופטערן צווישן אירע שפאלטענעס פארשידנארטיגע טעמעס וואס ווערן באטראכט ווי טאבו. זאל עס זיין בוליאינג אין ישיבות, עלטערן מיט דיסארדער אדער אזא קומסט צו מיר עסן שבת שערוריה.

זיי שטעלן כסדר ארויס א טאן ווי זיי שטעלן זיך פאר ישרות און גערעכטיקייט אפילו עס קומט מיטן פרייז פון מישן אין קאנטראווערסיאלע טעמעס.

---------
עס איז הימל און ערד און רעפארם ביל. ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען רעדן פונעם ביל. ריפאבליקענס ארויף דעמאקראטן אראפ, סאמעט גייט יא ארויס, נישט ארויס, דער האט געגעבן אזוי פיל און דער אזוי. ארוינעם זענען יא געווען די ערשטע, נישט געווען די ערשטע.

Moment Shmos 5779.jpg

דער מאמענט האט זיך אויך ארויפגעכאפט אויפן וואגן און זיי האבן דעליווערט א קנאקעדיגער אינטערוויו מיט דער הויפט מחותן פונעם ביל הרב משה מארגארעטן.

שאקירט (און אפשר נישט?) בין איך געווען ווען איך האב מברר געווען יענעם שבת אז דער אינטערוויו איז קיינמאל פארגעקומען אין די ווירקלעכקייט! דער מאמענט האט פארפירט אירע לייענער מיט פאלשע אינפארמאציע כאילו עס איז אן אינטערוויו מיט הרב מארגארעטן.

דער אינטערוויו איז גאר אפגעהאלטן געווארן מיט הרב דרעזדנער פון קול מבשר. הרב מארגארעטן האט געזאגט פארן מאמענט שטאב אז ער האט נישט די צייט דערפאר און זיי קענען פרעגן דרעזדנער וואס איז א גאנצער צייט געווען אינפארמירט מיט הרב ראטשילד.

אן אויסצוג ווי דער מאמענט ציטירט הרב מארגארעטן'ס ווערטער כאילו ער רעדט צו זיי
2019-01-13 01.10.07.png

אין דער דזשורנאליסטישער וועלט ווי פלאגיאירען ארטיקלען אדער מיסליעדן דזשורנאליזם בכוונה טראגט קאנסעקווענצן זאל דער מאמענט טראגן אויף אירע פלייצעס די פולע פאראנטווארטלעכקייט וואס זיי האבן געטון.

אויב דרעזנער שרייבט פאר די מאמענט און מארגרעטען האט געזאגט פאר דרעזנער אז ער מעג ליפטערען אלעס וואס ער האט עם עזאגט פאר די מאמענט, זע איך נישט אז סזאל זיין אזא הארבע חטא, אונזער סוסייעטי,רעביס און קהילות האלטען נאך זייער ווייט פון אזא הויעכע מדריגה און אמת.
זונטאג יאנואר 13, 2019 9:37 am#421985
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
שאקירט (און אפשר נישט?) בין איך געווען ווען איך האב מברר געווען יענעם שבת אז דער אינטערוויו איז קיינמאל פארגעקומען אין די ווירקלעכקייט! דער מאמענט האט פארפירט אירע לייענער מיט פאלשע אינפארמאציע כאילו עס איז אן אינטערוויו מיט הרב מארגארעטן.


צודק, אבער פארוואס נאך וואס דער מאמענט האט געטוהן אזא עוולה, און די ביסט שוין געוואר געווארן יענעם שבת פון די חטא פארוואס האסטו פארהוילן פון אינז די פאקטן פאר גאנצע צוויי וואכן.
זונטאג יאנואר 13, 2019 12:56 pm#422002
אבער אפילו אז מארגארעטן האט נישט קיין צייט געהאט צו מאכן אן אינטערוויאו מיט די מאמענט איז עפעס וואס איך מעג וויסן.. ווי די אלגעמיינע צייטונגען טוען געווענליך.
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:17 pm#422007
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט ווי א יוון אין די סוכה לגבי די שטורמישע אויפדעקונג?
הע? מאמענט? דרעזנער? קול מבשר? מארגערעטן? הא דע גיהנום קערס?!!!
כאילו די טיים מעגעזין האט עפעס געגאנבעט א רייכע ארגינעלע ארטיקל פון דע פיק מעגעזין, ועל זאת ידוו כל הדוויים
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:31 pm#422010
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער אפילו אז מארגארעטן האט נישט קיין צייט געהאט צו מאכן אן אינטערוויאו מיט די מאמענט איז עפעס וואס איך מעג וויסן.. ווי די אלגעמיינע צייטונגען טוען געווענליך.

דרעזנער איז כמעט די גרעסטע שרייבער און די מאמענט
אויב מארגרעיטען זאגט בפירוש אז אלעס וואס איך האב דיר געזאגט אויף מבשר איז כאילו אמרתי למאמענט, ולשון יפול על לשון, וכאילו כפלתי הדברים למבשר וממאמענט, און פארשטייט זיך אויב סאיז ברשותא ובהורמנא דהאי זלמנא, דממבשרא,דעמאלס וואלט איך געפאסקענט מיט א צירוף פון תרי קלא משתעמעי בדבר חביבא, אז סאיז מותר צו שרייבען אלץ אן אינטערוואוי פארען מאמענט.
הכ״ד
........... מ...... והגלילות
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:41 pm#422013
דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:49 pm#422016
איסר האטלקי האט געשריבן:דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.


צו אזוי צו אזוי האלט איך אז ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB האט שטארק איבערגעטריבען מיט זיין קעפל
און מקען פאררופען זיין קעפל אלץ פארפירעש.
זונטאג יאנואר 13, 2019 2:31 pm#422026
יונגעגלע האט געוואלט ווייזן אז ער איז א אלץ ווייסער און יעדער פרעגט אים אפ
גיבטס אים זיין עטענשען
זונטאג יאנואר 13, 2019 3:33 pm#422042
@אספקלריה ווען דער וועקער האט א פארנט קאווער סטארי אן אינטערוויו מיט הרב זמיר כהן און זיי שרייבן און ציטירן כסדר כאילו ער רעדט דירעקט צום וועקער לייענער און די ווערסט געוואר אז עס קאפי פעיסט פון וויקעפידיע איז עס ליגנט? יא אדער ניין.

דער מאמענט האט אפגעהאלטן א שמועס מיט דרעזדנער און געשריבן אז עס איז מיט מארגארטען און נישט נאר האט דרעזדנער נישט זיין אינפארמאציע פון מארגארטען אויף קול מבשר (און פשוט געטוישט פון קול מבשר צוהערער צו מאמענט לייענער - וואס איז אויך פארפירעריש) דרעזדנערס אינטערוויוען אויף קול מבשר זענען געווען מיט איינעם ראטשילד. די אלע אינפארמאציע אין מאמענט האט מארגארעטן קיינמאל געזאגט פאר דרעזדנער!

הרב מארגארטען האט פשוט גערעפרענסט דעם מאמענט אז זיי קענען רעדן צו דרעזדנער ער פארמאגט א סך נאלידזש איבער דער קעיס.

יעצט אספקלריה העלף מיר צוען די פאראלעל

פון דרעזדנער צו ראטשילד אויף קול מבשר
ווערט עס מארגארטען דירעקט צום מאמענט.

------
@קענסט מיר איך וועלקאם שטארק דיין רעספאנס.

------
@טשוסען איך האב נישט געהאט די צייט / השראה צו שרייבן די לעצטע שטיקל צייט ( פאר די זעלבע סיבה וועט טאקע נישט זיין קיין ראדימנער פראצעס דאס מאל)
זונטאג יאנואר 13, 2019 4:29 pm#422052
אוקיי האב איך גערעדט מיט א חבר וואס האט גערעדט מיטען שרייבער און ער האט גענטפערט פאלגענד

1. איך האב געהעריג גערעדט מיט משה מארגארעטן און מאמענט עדיטארס האבן געהאלפן מיט אראנזשירן פאטאגראפיע און מיר געגעבן א ליסטע פון ספעציעלע שאלות צו פרעגן לכבוד דעם אינטערוויו.
2. מענדל ראטשילד איז געווען אויף ק"מ טאקע לארכה ולרוחבה און די איינציגסטע זאך ער האט מיך געגעבן פאר דעם אינטערוויו איז געווען מארגארעטענס נומער.
3. דרעזנער האט קיינמאל נישט גערעדט מיט משה אויף ק"מ -- נאר שמעון האט אינטערוויאירט משה.
4 געוויסע זאכן האט מיך משה געשיקט אויף ענגליש איך זאל קענען בויען זיין כראנאלגיע אנדערע זאכן האב איך אים געפרעגט.
5 די תפיסה באזוך נאך די פריזאן רעפארם איז דורך איז געווען א מאמענט עקסקלוסיוו, כ'האב די רעקארדינגס דערפון.
6 קיין אינפא אין דער ארטיקל קומט נישט פון ראטשילד סיידן איין ציטאט אנהויב און ווערט טאקע געברענגט בשמו.
7. מארגארעטן האט מיר געזאגט אז ער האט וויפיל צייט נייטיג און האט מיך קיינמאל נישט געזאגט איך זאל אויסהערן סיי וועלכע אינטערוויו פון קול מבשר.
זונטאג יאנואר 13, 2019 4:55 pm#422057
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט ווי א יוון אין די סוכה לגבי די שטורמישע אויפדעקונג?
הע? מאמענט? דרעזנער? קול מבשר? מארגערעטן? הא דע גיהנום קערס?!!!
כאילו די טיים מעגעזין האט עפעס געגאנבעט א רייכע ארגינעלע ארטיקל פון דע פיק מעגעזין, ועל זאת ידוו כל הדוויים


סדערמאנט מיר א ווארט וואס מפלעגט זאגען מיט התלהבות אין 500 בעדפארד בהילו נרו
כל המהרהר אחר אלי' דוד, כאילו מהרהר אחר שלום לויפער
זונטאג יאנואר 13, 2019 5:04 pm#422060
איסר האטלקי האט געשריבן:דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.

ווער דען איז?
זונטאג יאנואר 13, 2019 6:11 pm#422066
אליעזר ראזען
זונטאג יאנואר 13, 2019 6:15 pm#422067
אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.
זונטאג יאנואר 13, 2019 9:18 pm#422080
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: איך האב נישט געהאט די צייט / השראה צו שרייבן די לעצטע שטיקל צייט ( פאר די זעלבע סיבה וועט טאקע נישט זיין קיין ראדימנער פראצעס דאס מאל)


:shock: :shock: :cry:
זונטאג יאנואר 13, 2019 10:38 pm#422086
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.

דרעזנער שרייבט אפשר א משהו מער פון ראזען (כ'מיין אז נישט, אבער אז דו זאגסט קען זיין), אבער ער איז גארנישט ספעציעל, שרייבט זייער קאלט און דורכזיכטיג, קומט נישט צו קיין פינטל צו אליעזר ראזען, חנוך, לאבין, ש"ש, וכו'.
זונטאג יאנואר 13, 2019 10:55 pm#422089
געוואגטער יונגעל,
אפשר קענט איר בעסער אויסקלארען וואס דא האט פאסירט לויט דיין גירסא.
מאמענט האט - אנגעבליך - ציטירט פון קול מבשר און בכלל נישט גערעדט מיט מארגערעטען?
ווער האט געשריבען די אינטערוויו? האט מען בכלל איינעם אינטערוויוט?
ווי אזוי האט איר דאס מברר געווען? ביי דרעזנער אדער ביי מארגערעטען?
אגב כהאב זייער הנאה פון אייערע פארזעצונג.
מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:37 am#422101
נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוהן עס.

עטליכע וואכן צוריק איז געווען א קאווער סטארי אן אינטערוויא מיט א איד, מיט א גרויסע בילד פון יענעם, און איך האב שפעטער געהערט פון איינעם פון זיין משפחה, אז מאמענט האט קיינמאל נישט געמאכט דעם אינטערוויא. זיי האבן סתם געשריבם זאכן וואס זיי האבן געליינט און געהערט פון אנדערע פלעצער און עס אפגעשריבן כאילו אן עקסלוסיווע שמועס.
מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:49 am#422102
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.

דרעזנער שרייבט אפשר א משהו מער פון ראזען (כ'מיין אז נישט, אבער אז דו זאגסט קען זיין), אבער ער איז גארנישט ספעציעל, שרייבט זייער קאלט און דורכזיכטיג, קומט נישט צו קיין פינטל צו אליעזר ראזען, חנוך, לאבין, ש"ש, וכו'.

איינער האט געזאגט אז יא ?
ער צונעמט זייער גיט דורך א נייעס כמו שכתוב מאך עים נישט אינגאנצן אוועק
מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:57 am#422103
היכי דמי האט געשריבן:נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוהן עס.

עטליכע וואכן צוריק איז געווען א קאווער סטארי אן אינטערוויא מיט א איד, מיט א גרויסע בילד פון יענעם, און איך האב שפעטער געהערט פון איינעם פון זיין משפחה, אז מאמענט האט קיינמאל נישט געמאכט דעם אינטערוויא. זיי האבן סתם געשריבם זאכן וואס זיי האבן געליינט און געהערט פון אנדערע פלעצער און עס אפגעשריבן כאילו אן עקסלוסיווע שמועס.

אויף אייוועלט האט איינער געשריבען אז מאמענט האט אזוי געטוהן מיט א ארטיקעל אין נפשי וועגען א יונגערמאן א געוועזענע געמבלער. אז זיי האבען גענומען א אינטערוויו פון קול מבשר און אהערגעשטעלט כאילו ס'איז א אייגענע אינטערוויו. (הערה: כ'ווייס נישט אויב די טענה איז ריכטיג צו נישט).
כהאב גראדע באמערקט אז אסאך מאל שרייבט מאמענט "עקסקלוסיוו" אויף סתם א אינטערוויו.
קען זיין אז די הוספה "עקסקלוסיוו" מיינט אז די אינטערוויו איז טאקע פארגעקומען...