דינסטאג יאנואר 15, 2019 6:05 am#422282
צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא
איך האב געליינט אן אינטערוויו אין א צייטונג מיט א ראש ישיבה וואס האט מיר געמאכט טראכטן.יענער האט געזאגט אז די דורות זענען היינט אנדערש, און מיר דארפן זיך ספראוון מיט די היינטיגע יצר הרע וכו׳ וד"ל. האב איך זיך גענומען טראכטן, האמנם?
ניין, נישט צו ס׳איז אמת אז די דורות זענען אנדערש, דאס איז דאך פשוט. מהיכי תיתי אז זיי זאלען זיין די זעלבע? נאר אז די אמאליגע חינוך האט גענומן אין באטראכט זייער אומשטענדן, און דעריבער מוזען מיר היינט נעמן אין באטראכט אונזער אומשטענדן.
ט׳האבען זיי דען געטראכט לויט׳ן דור? אדער האבען זיי געהאלטען אז די תורה האט זיך איר וועג, און אדער אזוי אדער אינגאנצן נישט.
לעבן מיין בעט, האב איך יעצט א ספר פון מוסד הרב קוק וועגן די לעבענס געשיכטע פון דער מהרי"ץ חיות, און אין זיין הקדמה באשרייבן זיי די דור אין וואס דער מהרי"ץ חיות האט געלעבט. ער טענה׳ט דארט אז יעדער וואס האט דעמאלס געשטיצט השכלה איז עס נאר געווען אן ענטפער צו די פראבלעמן פון די דור, נישט בעצמות הדבר. און אפ"ה זענען רוב געווען קעגן.
עכ"פ דאס וויל איך אויסשמועסן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk