Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי ישראל

ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי ישראל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 99 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12888
מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:50 pm#422527
ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי ישראל
עס מאכט זיך אמאל אז איך באגעגן א בילד וואס כ'האב פריער נישט געזען, און עס וואונדערט מיר צי איך האב דאס פשוט נישט געזען, אדער ס'איז נישט באקאנט פאר אנדערע אויך. קלער איך אז כ'וועל דא ארויפשטעלן אזעלכע בילדער, און זאל דער עולם פסק'ענען.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:50 pm#422528
הגאון רבי מאיר שפירא ז"ל
מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:56 pm#422531
דער פאלגנדער בילד פונעם חפץ חיים ז"ל איז מיר געווען א חידוש, אבער פאר'ן ארויפשטעלן דא, האב איך געמאכט אביסל ריסוירטש און געטראפן אז מ'רעדט דערפון. גאנץ לעצטנס האט דער זשורנאליסט אריה ערליך געטוויט דערוועגן:
m https://twitter.com/AryeErlich/status/9 ... 2004501504 m

למעשה מוטשעט זיך דער עולם ווען דאס בילד איז צוערשט נתפרסם געווארן.

א באריכט אין בחדרי חרדים פון א יאר צוריק טענה'ט אז דאס בילד איז פריש-אנטדעקט געווארן: m http://www.bhol.co.il/news/871236 m

נאך א באריכט פון א יאר צוריק:
m http://www.ch10.co.il/news/411918/#.XD-YIVxKiUk m

עכ"פ, איך ברענג דא א קאפיע פון דעם בילד ווי עס איז געדרוקט געווארן אין א צייטונג אין אלול שנת תש"ג, צום צענטן יארצייט פונעם חפץ חיים.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:00 pm#422533
האט שוין איינער אמאל געזען דעם בילד פונעם חפץ חיים?
מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:08 pm#422536
איך מיין אז ס'איז לעצטענס ארויסגעקומען א נייע בילד פונעם חת''ס
מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:15 pm#422539
ס'איז נישט זיכער אז ס'איז פונעם חתם סופר. ארטסראול האט גענוצט דעם נייעם בילד פאר זייער נייעם בוך אויפ'ן חתם סופר, אבער זיי האבן עס נאכדעם צוריקגעטוישט צום אלטן בילד.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:40 pm#422548
Re: ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי יש
אבטולמוס האט געשריבן:ס'איז נישט זיכער אז ס'איז פונעם חתם סופר. ארטסראול האט גענוצט דעם נייעם בילד פאר זייער נייעם בוך אויפ'ן חתם סופר, אבער זיי האבן עס נאכדעם צוריקגעטוישט צום אלטן בילד.
וואס הייסט ס'נישט זיכער?
ס'קוקט אויס די זעלבע ווי דער באקאנטע מאלעריי פון אים.
דאכציך אז ס'איז א פעינטינג.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:44 pm#422551
אבטולמוס האט געשריבן:דער פאלגנדער בילד פונעם חפץ חיים ז"ל איז מיר געווען א חידוש, אבער פאר'ן ארויפשטעלן דא, האב איך געמאכט אביסל ריסוירטש און געטראפן אז מ'רעדט דערפון. גאנץ לעצטנס האט דער זשורנאליסט אריה ערליך געטוויט דערוועגן:
https://twitter.com/AryeErlich/status/9 ... 2004501504

למעשה מוטשעט זיך דער עולם ווען דאס בילד איז צוערשט נתפרסם געווארן.

א באריכט אין בחדרי חרדים פון א יאר צוריק טענה'ט אז דאס בילד איז פריש-אנטדעקט געווארן: http://www.bhol.co.il/news/871236

נאך א באריכט פון א יאר צוריק:
http://www.ch10.co.il/news/411918/#.XD-YIVxKiUk

עכ"פ, איך ברענג דא א קאפיע פון דעם בילד ווי עס איז געדרוקט געווארן אין א צייטונג אין אלול שנת תש"ג, צום צענטן יארצייט פונעם חפץ חיים.


שוין געזען די בילד מיט יארן צירוק
מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:53 pm#422552
וואלווי האט געשריבן:
שוין געזען די בילד מיט יארן צירוק

דעם צווייטן בילד אויך? און וואס איז מיט דעם בילד פון ר' מאיר שפירא?
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:02 pm#422553
אבטולמוס האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
שוין געזען די בילד מיט יארן צירוק

דעם צווייטן בילד אויך? און וואס איז מיט דעם בילד פון ר' מאיר שפירא?


ניין, נאר דער איבערגעבויגענע בילד, אויב איך געדענק גוט איז עס געדריקט אין איינע פון די ספרים אויפ'ן חפץ חיים.

די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.

עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:06 pm#422554
אזוי ווי איך קוק איבער די אויבען דערמאנטע טוויט פון ערליך זעה איך אין די קאמענטס אז ס'איז געדרוקט אין מאיר עיני ישראל אין איך האב עס טאקע ביי מיר אינדערהיים שוין יארן לאנג
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:12 pm#422556
וואלווי האט געשריבן:אזוי ווי איך קוק איבער די אויבען דערמאנטע טוויט פון ערליך זעה איך אין די קאמענטס אז ס'איז געדרוקט אין מאיר עיני ישראל אין איך האב עס טאקע ביי מיר אינדערהיים שוין יארן לאנג

ריכטיג. איך בין מחדש אז ס'איז שוין געווען געדרוקט אזוי פרי ווי שנת תש"ג.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:16 pm#422557
וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.

עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד

לויט דעם מקור איז דאס א בילד ווי דער חפץ חיים ווערט געפירט צום פאלאץ פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער אין ווארשע.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:26 pm#422559
אבטולמוס האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.

עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד

לויט דעם מקור איז דאס א בילד ווי דער חפץ חיים ווערט געפירט צום פאלאץ פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער אין ווארשע.


די באוויסטע אסיפה
מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:31 pm#422561
Re: ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי יש
אבטולמוס האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.

עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד

לויט דעם מקור איז דאס א בילד ווי דער חפץ חיים ווערט געפירט צום פאלאץ פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער אין ווארשע.
נישט פרעמיער, נאר בילדונגס מיניסטער, מיט׳ן נאמען ברטל. גראדע איז ער געווען א איד, אבער אן אסימילירטע. איך קען א פרומע משפחה מיט די נאמען, וואס זיי טענה׳ן אז זיי זענען משפחה מיט אים, און זיי שטאמן פון לעמבערג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:30 am#422630
די בילד פונעם חפץ חיים מיט די טו"ת געדענק איך צו זעהן אינעם "אידישן" בוך פון ר' משה מאיר ישר אויפן ח"ח. עס איז דאכצעך דער ערשטע בוך אויפן ח"ח (לאפוקי די לה"ק'דיגע ווערסיע וואס איז ארויסגעקומען שפעטער) אבער איך ווייס נישט אויב עס איז בעפאר תש"ג.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:49 am#422678
אבטולמוס האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען דעם בילד פונעם חפץ חיים?


"דאס אידיש ווארט" פון ר' משה שערער פלעגט דאס כסדר דרוקן ווען נאר זיי האבן דערמאנט דעם חפץ חיים.
פרייטאג יאנואר 18, 2019 11:00 am#422806
ריכטיג האט געשריבן:די בילד פונעם חפץ חיים מיט די טו"ת געדענק איך צו זעהן אינעם "אידישן" בוך פון ר' משה מאיר ישר אויפן ח"ח. עס איז דאכצעך דער ערשטע בוך אויפן ח"ח (לאפוקי די לה"ק'דיגע ווערסיע וואס איז ארויסגעקומען שפעטער) אבער איך ווייס נישט אויב עס איז בעפאר תש"ג.

ריכטיג! כ'האב יעצט נאכגעקוקט, און עס איז שוין געדרוקט געווארן אין תרצ"ז.
מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:42 pm#422997
אבטולמוס האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען דעם בילד פונעם חפץ חיים?

איז דאס נישט א טייל פונעם קליפ וואס נתפרסם געווארן עטליכע יאר צוריק?
מאנטאג יאנואר 21, 2019 11:11 pm#423037
כ"ק אדמו"ר מ'ליאזנא שליט"א מה אתה אומר...?!

אויסער ביי סאטמאר האט די ליאזנא רבי שליט"א נעבעך נישט קיין אוידיענץ. ער איז ווי א קול קורא במדבר. אין ק"ק סאטמאר הערט מען איהם יא אויס. נאר פאר דעם איינציגן טעם ווייל ער איז אקעגן ליובאוויטש...!
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:29 pm#423561
הגאון רבי חיים עוזר גראזשינסקי ז"ל. עס איז דא א גאר ענליכן בילד, אבער כ'מיין אז דאס איז א בילד וואס כ'האב נאך נישט געזען.
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:30 pm#423562
האדמו"ר בעל מנחת אלעזר ממונקאטש ז"ל, רעכטס, זיין איידעם ר' ברוכ'ל. דער לינקער חלק פונעם בילד איז באקאנט, אבער כ'מיין אז כ'האב נאך נישט געזען דעם רעכטן חלק.
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:31 pm#423563
האדמו"ר בעל חקל יצחק מספינקא ז"ל
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:31 pm#423564
האדמו"ר רבי בן ציון האלבערשטאם מבאבוב ז"ל הי"ד
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:37 pm#423565
דאס איז א בילד פון תרצ"ז, ביים לייגן דעם אבן הפינה פאר א נייער שכונה נעבן כפר חסידים. איז דער מענטש אויף לינקס דער חזון איש?
מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:14 pm#423607
די קהילה אין קאלוואריע באגלייט זייער רב, הג"ר זעליג ראובן בענגיס ז"ל, פאר זיין אפפארן קיין ארץ-ישראל אנצונעמען די פאזיציע אלס ראב"ד עדה החרדית.
מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:24 pm#423609
אוצר הספרים פון ישיבת חכמי לובלין.
מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:28 pm#423610
תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין. פארנט זעט מען דעם ראש ישיבה הג"ר אריה צבי פראמער ז"ל הי"ד, וועלכער האט איבערגענומען די ישיבה נאך דער פטירה פון הג"ר מאיר שפירא ז"ל.
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:02 am#423637
אבטולמוס האט געשריבן:האדמו"ר ר' אברהם יעקב מסאדיגורה ז"ל, שמועסט מיט הרב יעקב ראזנהיים, פארזיצער פון דער אגודה.


ר' מש"י פון סא"ג פשעמישל, נישט רא"י מסא"ג
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:21 pm#424097
רעכטס, א בילד פון האדמו"ר רבי יצחק זעליג מארגנשטערן מסאקאלאוו ז"ל. לינקס א בילד פון איינער פון זיינע איידעמער.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:23 pm#424099
די סאקאלאווער רעבעצין ז"ל.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 10:16 pm#424103
Re: ניי-אנטדעקטע אדער אומבאקאנטע בילדער פון אמאליגע גדולי יש
אבטולמוס האט געשריבן:רעכטס, א בילד פון האדמו"ר רבי יצחק זעליג מארגנשטערן מסאקאלאוו ז"ל. לינקס א בילד פון איינער פון זיינע איידעמער.

זיין פרצוף איז אבער פארדעקט מיט אן השחתה צייכן.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 10:27 pm#424106
נעגעל וואסער האט געשריבן:זיין פרצוף איז אבער פארדעקט מיט אן השחתה צייכן.

דער תועלת פון ארויפשטעלן די בילדער איז אז דער עולם זאל זיך אנרופן מיט אינפארמאציע, הויפטזעכליך צי די בילדער זענען שוין מפורסם אדער זענען א חידוש. אויב איינער וועט האבן עפעס צו זאגן אויפן בילד, וועל איך גערן לייגן אן דעם וואטערמארק.
דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:32 am#424284
אבטולמוס האט געשריבן:דאס איז א בילד פון תרצ"ז, ביים לייגן דעם אבן הפינה פאר א נייער שכונה נעבן כפר חסידים. איז דער מענטש אויף לינקס דער חזון איש?

נעעה (און וואס זאל ער האבן דארט פארלוירן?)
דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:39 pm#424800
.
3b58e28d776bcc71_original.jpg
מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:45 pm#424861
ונבנתה העיר האט געשריבן:.
3b58e28d776bcc71_original.jpg

וואס ווייסטו וועגן דעם בילד?
מיטוואך פעברואר 20, 2019 6:10 pm#424868
גארנישט ספעציעל, ס'דאכט זיך מיר אז דער פולער בילד איז אומבאקאנט.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 6:48 pm#424869
ונבנתה העיר האט געשריבן:גארנישט ספעציעל, ס'דאכט זיך מיר אז דער פולער בילד איז אומבאקאנט.

ביסט זיכער ס׳איז נישט צאמגעשטעלט?
מיר דאכט זיך אין די ארגינעלע זיצט דער קלויזנבורגער׳ס פעטער אין א שטוהל
מיטוואך פעברואר 20, 2019 6:54 pm#424870
אקעי כ׳זעה כ׳האמיך פארמישט מיט א צווייטע.
דע אוקשען פלאץ האט די בילד פון ונבנתה, און מ׳קען זען א גרעסערע חלק.
כ׳בין נאכאלץ נישט זיכער אז ס׳איז נישט צאמגעשטעלט.
m http://winners-auctions.com/en/node/17959 m
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:48 pm#424925
דערקענט איר דעם גדול אונטערן ארון?
.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:50 pm#424926
ץ
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:56 pm#424928
.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:00 pm#424929
ץ
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:55 pm#424945
האדמו"ר ממאזשיץ ז"ל בעל ישא ברכה, אויפ'ן וועג צו ארץ ישראל אין תרצ"ח.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:10 pm#424949
בילדער פון מונקאטש

71.JPG

א אידישער שענק

72.JPG

אן אומאידענטיפיצירטער "שיינער איד"

73.JPG

אויפ'ן מארק

74.JPG

מ'הארעוועט אין שול-הויף
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:11 pm#424950
מונקאטש

75.JPG

א פארפאלק אויפ'ן וועג אהיים פון שול


76.JPG

וואוילע בחורימ'לעך
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:19 pm#424952
די ישיבה אין סלאבאדקע, און דער אלטער פון סלאבאדקע ז"ל
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:27 pm#424953
הרב חנוך העניך טויב מסאסוב ז"ל הי"ד, אלס בחור איז ער באקאנט געווען אלס דער "סאסובער עילוי". זיין טאטע איז געווען האדמו"ר מסאסוב רבי אברהם שלום מרדכי טויב ז"ל.
פרייטאג פעברואר 22, 2019 10:17 am#424993
די פאלגנדע בילדער זענען דעדיקעיטעד פאר ATUB @קאלטגעבראטן ATUB פאר זיין ווייזן אינטערעסע אין דער סעריע.


ל"ג בעומר אין מירון, בשנות תר"צ
פרייטאג פעברואר 22, 2019 10:28 am#424996
די פאלגנדע בילדער זענען מוקדש פאר ATUB @יין שרף ATUB פאר זיין ווייזן אינטערעסע אין דער סעריע.

די "אידישע יוגנט" האט געשאנקען אן עראפלאן פאר דער פוילישער ארמיי. מ'זעט הרבנים רבי שלמה דוד כהנא און רבי חיים יהושע גוטשעכטער פון דעם "ועד הרבנים לעדת ווארשא" ווי זיי באטראכטן ווי דער עראפלאן פליט אין די הימלען.