Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער איד: מוסדות הק' ליידן נידערלאגע מיט "פעלדער געזעץ"

דער איד: מוסדות הק' ליידן נידערלאגע מיט "פעלדער געזעץ"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12891
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:14 pm#422569
דער איד: מוסדות הק' ליידן נידערלאגע מיט "פעלדער געזעץ"
ספעציעלער באריכט פאר "דער איד":

ביטערע דורכפאל פאר מוסדות הק' ווען "פעלדער געזעץ" בלייבט אין קראפט

מוסדות הקדושים אין ניו יארק סטעיט האבן היינט ליידער געליטן א שרעקליכע נידערלאגע נאכדעם וואס דאס געריכט האט אפגעווארפן דעם פארלאנג מבטל צו זיין דעם "פעלדער געזעץ" הידוע לשמצה.

ווי באקאנט האט דער סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער פרובירט צו העלפן די מוסדות הק', און צוזאמען מיט הר' אהרן טייטלבוים האט ער באשאפן דעם "פעלדער געזעץ". פעלדער האט אוודאי געהאט גוטע כוונות, אבער ווי מיר האבן שוין קלאר געמאכט אין אונזער באריכט פון פרשת וישלח, האט דער געזעץ נאר שאדן געמאכט און געברענגט א געפערליכן קלקול.

ערליכע עסקנים האבן געהאפט אז דער יעצטיגער לאוסוט וועט ערמעגליכן מבטל צו זיין דעם טרויעריג בארימטן געזעץ, אבער ליידער, את אשר יגורנו בא, דאס געריכט האט זיך אפגעזאגט דן צו זיין, און דאס געזעץ איז דערווייל ליידער געבליבן אויף די ביכער.

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל אויף דעם חינוך הטהור, אז מ'זאל שוין הערן פאזיטיווע נייעס בקרוב.

ולה' הישועה.


באריכט אין אונזער צייטונג איבער דעם ביטערן "פעלדער געזעץ"
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:43 pm#422584
:lol: :lol: :lol:
מוצ"ש יאנואר 19, 2019 8:00 pm#422853
Re: דער איד: מוסדות הק' ליידן נידערלאגע מיט "פעלדער געזעץ"
ראובן, אז דו לייענסט דער פסק וועסטו זען אז דיין סאטיר פון דער איד איז קרוב לאמת. דער ריכטער דרוקט זיך אפילו אויס אז די תוצאה פון דער פעלדער אמענדמענט קען גאר זיין פארקערט ווי דער כוונה. פארלא'דיך אבער אויף די אהרונים און זיי רעדן אוודאי פון דעם צדיק'ס ווייטן בליק ווי איידער חופר גומץ בו יפולבילד
מוצ"ש יאנואר 19, 2019 9:30 pm#422858
צפור בודד האט געשריבן:ראובן, אז דו לייענסט דער פסק וועסטו זען אז דיין סאטיר פון דער איד איז קרוב לאמת. דער ריכטער דרוקט זיך אפילו אויס אז די תוצאה פון דער פעלדער אמענדמענט קען גאר זיין פארקערט ווי דער כוונה. פארלא'דיך אבער אויף די אהרונים און זיי רעדן אוודאי פון דעם צדיק'ס ווייטן בליק ווי איידער חופר גומץ בו יפול

אינטערעסאנט. למעשה איז א געלעכטער אז ווען דער איד וויל טשעפען די אהרונים איז דער פעלדער געזעץ א דורכפאל, און ווען ער וויל טשעפען יאפפעד איז עס א געווינס אז מ'האט עס נישט געקענט מבטל זיין...
מוצ"ש יאנואר 19, 2019 10:00 pm#422859
לאמיתו של דבר, איז דער געזעץ בעסער ווי פארדעם. נאר דעם עצם מאכן א נייע געזעץ קען שאטן. אויב מ'האט עס שוין סיי ווי געמאכט איז בעסער ס'זאל נישט אראפגענומען ווערן.

קענסט ברענגען ציטאטן ווען דער איד שרייט אויף די ציונים, דערנאך פרייען זיי זיך אז מ'געווינט מלחמות. ציטאטן קעגן סמארטפאונס און דערנאך מעלדונגען מיט עקסטאז אז ס'שוין דא פילטער פאר אלע סארטן אייפאונס. וכו' וכו'. ס'איז דא אסאך זאכן וואס זענען שלעכט, אבער קען זיין ערגער.
מוצ"ש יאנואר 19, 2019 10:30 pm#422865
איסר האטלקי האט געשריבן:לאמיתו של דבר, איז דער געזעץ בעסער ווי פארדעם. נאר דעם עצם מאכן א נייע געזעץ קען שאטן. אויב מ'האט עס שוין סיי ווי געמאכט איז בעסער ס'זאל נישט אראפגענומען ווערן.

קענסט ברענגען ציטאטן ווען דער איד שרייט אויף די ציונים, דערנאך פרייען זיי זיך אז מ'געווינט מלחמות. ציטאטן קעגן סמארטפאונס און דערנאך מעלדונגען מיט עקסטאז אז ס'שוין דא פילטער פאר אלע סארטן אייפאונס. וכו' וכו'. ס'איז דא אסאך זאכן וואס זענען שלעכט, אבער קען זיין ערגער.

אבער די חוק גיוס המתוקן, איז נישט גוט...