Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות משה

אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות משה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 24 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12903
מאנטאג יאנואר 21, 2019 4:45 pm#422989
אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות משה
אן אינטערעסאנטער מחקר איז היינט פארעפנטליכט געווארן אויף "ספרים בלאג" איבער דער פראגע צי די שפעטערדיגע בענדער פונעם "אגרות משה" להג"ר משה פיינשטיין זצ"ל זענען געשריבן געווארן דורך אים, אדער דורך זיינע אייניקלעך מיט אגענדעס.

אין די לעצטע בענדער פון אגרות משה האבן פיל געפונען תשובות וועלכע זיי האבן נישט געוואלט מסכים זיין מיט זיי, און האבן גע'טענה'ט אז הג"ר משה דוד טענדלער האט געהאט א יד אין פעלשן תשובות פון זיין גרויסן שווער. אנדערע האבן באשולדיגט די ארויסגעבער, הרב מרדכי טענדלער און הרב שבתי ראפאפארט, אייניקלעך פונעם מחבר.

לויט דעם שרייבער משה שור, האט א סטאטיסטישער אנאליז געוויזן קלאר אז אלע בענדער פון אגרות משה, אריינגערעכנט כרכים ז', ח' און ט', זענען געשריבן געווארן דורך דעם זעלבן מענטש. עס איז אינטערעסאנט צו לייענען דעם ארטיקל, און פארשטיין זיין מעטאדע.

m https://seforimblog.com/2019/01/who-wro ... rot-moshe/ m
מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:24 pm#422993
זייער אינטערסאנט. אבער איך בין מסופק ווי אקוראט אזא טעסט קען זיין, ווען מ'האנדלט פון מענטשען וואס שטודירן שוין יארן דעם מחבר'ס כתבים און ס'לאזט זיך זאגן אז זיי האבן אפי' אדאפטירט זיין סגנון, לכל הפחות אויסגעצייכענטע קאנדידאטן צו פעלשן דעם מחבר'ס ספרים (איך נעם אוודאי נישט קיין שטעלונג צו ס'איז יא אדער נישט געפעלשט, איך רעד נאר פון די עפקטיוונעס פון דעם טעסט).

אז דו וועסט מאכן דעם טעסט אויף די ירושלמי אויף קדשים וועט עס לכאורה זיין מער ראיה
מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:29 pm#422994
שווער צו גלייבן אז א מענטש קען אזוי גוט נאכמאכן יענעמ'ס סגנון אויף אזוי ווייט אז א קאמפיוטער זאל עס נישט קענען דעטעקטן. געדענק אז ווען זיי האבן געזאלט פעלשן די תשובות האבן זיי דאך נישט געוואוסט אז ס'וועט אמאל זיין אזא סארט קאמפיוטער טעסט, אז זיי זאלן זיך וויסן צו היטן דערפון.

די וואס ווילן דוגל זיין בטענת געפעלשט, קענען נאך אלץ זאגן אז די אייניקלעך האבן טאקע נישט געפעלשט גאנצע תשובות, אבער האבן יא געטוישט א ווארט דא אדער דארט וואס טוישט די כוונה, אבער קען נישט ווערן אויפגעכאפט דורך אזא קאמפיוטער אנאליז. כו"ע מודי אז די שפעטערדיגע תשובות זענען דורך אן עריכה.
מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:40 pm#422996
Re: אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות
ניתי כתבי יד וניחזי.
מאנטאג יאנואר 21, 2019 6:09 pm#422999
העניך האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז א מענטש קען אזוי גוט נאכמאכן יענעמ'ס סגנון אויף אזוי ווייט אז א קאמפיוטער זאל עס נישט קענען דעטעקטן. געדענק אז ווען זיי האבן געזאלט פעלשן די תשובות האבן זיי דאך נישט געוואוסט אז ס'וועט אמאל זיין אזא סארט קאמפיוטער טעסט, אז זיי זאלן זיך וויסן צו היטן דערפון.

די וואס ווילן דוגל זיין בטענת געפעלשט, קענען נאך אלץ זאגן אז די אייניקלעך האבן טאקע נישט געפעלשט גאנצע תשובות, אבער האבן יא געטוישט א ווארט דא אדער דארט וואס טוישט די כוונה, אבער קען נישט ווערן אויפגעכאפט דורך אזא קאמפיוטער אנאליז. כו"ע מודי אז די שפעטערדיגע תשובות זענען דורך אן עריכה.

די צווייטע איז עפעס וואס איז "זייער" מעגליך (עגעין איך נעם נישט קיין צד, און מ'דארף זעהן וואס די רבנים וואס האלטן אז ס'איז געפעלשט זאגן, מעגליך אז זיי ווייסן זאכן ב'ידיעה').

אבער אפי' די ערשטע, דארף מען נישט דייקא קענען דעם אלגאריטם פונעם קאמפיוטער צו קענען מאכן דעם קונסט, איינער וואס ליגט אין עפעס כל ימי חייו 'אדאפטירט' דעם לשון, ער פעלשט נישט, ער שרייבט א תשובה 'פונקט' ווי ר' משה, אדרבה, זאל מען פראבירן צו פארגלייכן די פערזענליכע כתבים פון די ארויסגעבער מיט די קוועשענעבל תשובות עמיר האבן א 'השגה' איבער די אקוראסי פונעם קאמפיוטער.
מאנטאג יאנואר 21, 2019 7:37 pm#423005
Re: אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות
איך האב נישט געליינט די ארטיקל (זייט זיי האבן געטוישט זייער נאמען די וואך, לאזט מיין פילטער עס נישט אדורך. גיי פארשטיי), אבער ווען איך האב עס געלערנט, האט מיר אויסגעקוקט אז חלק ח׳ איז וואס מ"ד טנדלר האט אראפ געשריבן הערענדיג די תשובות מפי קדשו, און חלק ט׳ איז קראנט. פון די סגנון הלשון. חלק ח׳ ענדעלט בכלל נישט די אנדערע חלקים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:55 pm#423015
ווי קראנט איז דער קאמפיוטער? וואס האט עס שוין באוויזן צו אויפכאפן?

לייג אריין נטעי גבריאל אויף תגלחת ילדים און א נשמת שבת אויף הל' רחיצה און קוק אויב ער כאפט עפעס אויף. אויב יא טויג עס נישט...
מאנטאג יאנואר 21, 2019 9:08 pm#423019
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די ארטיקל (זייט זיי האבן געטוישט זייער נאמען די וואך, לאזט מיין פילטער עס נישט אדורך. גיי פארשטיי), אבער ווען איך האב עס געלערנט, האט מיר אויסגעקוקט אז חלק ח׳ איז וואס מ"ד טנדלר האט אראפ געשריבן הערענדיג די תשובות מפי קדשו, און חלק ט׳ איז קראנט. פון די סגנון הלשון. חלק ח׳ ענדעלט בכלל נישט די אנדערע חלקים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לויט ווי איך האב אלץ געהערט זענען די טענות אויף ז' און ח', (ט' האט זייער ווייניג ממשות'דיגע תשובות בכלל, ס'איז מער מכתבי תורה).
מאנטאג יאנואר 21, 2019 9:59 pm#423025
זייער אינטרעסאנט.


אויך לולא דברי הקאמפיוטער, אין די ערשטע זעקס חלקים זענען דאך אויך דא גאר מחודש'דיגע תשובות, מילא דארפן מיר נישט דער קאמפיוטער צו זאגן אז עס שטימט אז אויך אין די אכטע און ניינטע זאלן זיין גרויסע חידושים..
מאנטאג יאנואר 21, 2019 11:02 pm#423036
מענין לענין: אין דעם ספר אגרות מהרי"ט פון דעם סאטמאר'ן רעבי'ן זצוק"ל. וואו ס'זענען דא אלע בריוון וואס דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל האט געשריבן צו מענטשן. אנגעהויבן נאך פון די יארן תרצ"ד און ווייטער. אריינגערעכנט די ל' יארן. וואס ס'איז שוין געווען נאכדעם וואס ער האט ל"ע געליטן זיין שווערן סטראוק. קענמען זעהן (דער וואס איז מדייק) א חילוק פון די אריגינאלע מכתבים ביז די נאכגעמאכטע. (דורך געניטע פעלשערס)...!