Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מנהג באבוב: פיצן די ציין א יעדע נאכט

מנהג באבוב: פיצן די ציין א יעדע נאכט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12904
דינסטאג יאנואר 22, 2019 11:41 am#423062
מנהג באבוב: פיצן די ציין א יעדע נאכט
הרב בנציון האלבערשטאם מנהיג חסידי באבוב האט די מאנטאג ביי די ט"ו בשבט טיש געפאדערט פין זיין עולם אין בפרט פין די זקני העדה זיך נישט אוועק צו רירן קיין זיז כל שהוא פין די דרך וואס מיר האבן מקבל געווען ובכללם די מנהג ותיק וואס שטאמט נאך פין אביו מהר"ש השני צי פיצן די ציין א יעדע נאכט.
וואסערע toothpaste צי ניצן האט ער נישט געזאגט אבער די עיקר איז ריין צי מאכן די ציין.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 12:59 pm#423063
וואס קענען מיר מוסיף זיין?
ממנו ילמדו וכן יעשו!

@שמעקעדיג אלערט
דינסטאג יאנואר 22, 2019 1:55 pm#423072
זייער א שיינע מנהג, דאכצעכמער אז אין בעלזא האט מען אין די לעצטערע יארן אויך אדאפטירט דעם הייליגן באבובע מנהג, בניגוד למנהג הקדום שהיה מיסודי מנהגי בעלזא...
דינסטאג יאנואר 22, 2019 4:31 pm#423085
און וואס איז מיט פיצן די נאז ??
דינסטאג יאנואר 22, 2019 5:00 pm#423087
Re: מנהג באבוב: פיצן די ציין א יעדע נאכט
זאגט מיר א חבר, אז ער איז זיכער אז די רביס האבען א וואטסעפפ גרופע, ווי זיי שפארן זיך ווער קען באווייזען גרעסערע משוגעת׳ן.

"דו האסט געאסר׳ט סמארטפאונ׳ס און דיין חסידים האבען געשאקעלט דער קאפ? איך גיי הייסען אנטון שטיקעדיגע ציצית. לאמיר זען וואס איך האב"

"מעה, איך קען הייסן די חסידים זיך פארשפרייטן אין די וועלט פאר מוסדות _______ כדי זיי זאלען קומען צו מיין זונ׳ס חתונה"

"איך גיי ממציא זיין חומרות פון בויך ארויס, און נאך שטופן מיין חסידים צו ווערן דיזי מיט מיין הסברים"

"איך גיי אנרופן אלע געטרייע חסידים מיט׳ן נאמען ׳שוואנץ, און זיי וועלן נאכאלס קומען אין די מאסן"

"איך גיי רופן מיין אייגענע ברודער אין קאורט, און נאכדעם הייסן די חסידים אים צו באשייגעצן אלס א הולך ערכאות"

"איך גיי ווארפן מיין קאלפיק אין פייער, צו צווינגן מיין גבאים צו שאפן נאך געלט פאר מיין ריזיגע געביידע"

"איך גיי הייסן די חסידים גאלן די שטריימל, ארויס ווארפן די דיפס, און פוצען די ציינער"

ויען כל העם און מודה געווען, דו ביסט דער געווינער, סיי אין בי"ד סיי אין די געפעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 22, 2019 5:43 pm#423097
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:און וואס איז מיט פיצן די נאז ??

זיי נישט קלוגער פין די פריערדיגע זיי האבן אויך געוויסט פין די אלע זאכן אין דאך האבן זיי נאר מנקה געווען די שיניים.
אז די הייבסט אן מיט נייע זאכן ווער ווייסט ווי די וועסט נאך אנקומען?
דינסטאג יאנואר 22, 2019 8:49 pm#423118
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:און וואס איז מיט פיצן די נאז ??

דאס טוט מען נאר ווען מ'שטייט ביי א רויטלייט...
מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:15 am#423128
ווי ס'הייסט יעצט וועט 'עמודי ציון' פראדוצירן א ספעציעלע ציין-פוץ, רעקאמענדירט און באשטעטיגט דורך די וועד משמרת, און נאר ווער ס'וועט נוצן דעם געפילטערטן ציין-פעיסט, וועט קענען קויפן א זיץ אין די ערשטע זעקס שורות אויף מזרח.

לויטן יעצטיגן פלאן וועט די קאמפעני הייסן 'שלמה-פעיסט', ע"ש הרה"ק זי"ע, מייסד ה'שיטה הקדושה דהיינו פענסי', געספאנסערט דורך איזי. וועט זיין צובאקומען ביי בארענשטיין אין ביהמ"ד הגדול.

די נעקסטע פראדדוקט דורך שלמה-פעיסט וועט זיין 'מאושר'דיגע מאריוואנע', לאור די דברו"ק פון רב לעצטן מוצש''ק בא, ביים דינער פאר כרם שלמה, נישט זיך צו באנוצן מיט די סחורה ווילאנג די קהילה וועט ארויסגעבן א כשר'ע סארט.
מיטוואך יאנואר 23, 2019 3:32 pm#423171
וועגן פיצן די ציין
עס איז נישט קיין ווערטל עס איז טאקע א מנהג ביסודתו הררי קודש..
דאכט זיך מיר אז אין דער ביכל פין ר' שאול הוטערר ז''ל ווערט געברענגט אזא מעשה ביי די הייליגע קדושת ציון פין באבוב זצוק''ל הי''ד וואס האט געהייסן די חסידים פיצן די ציין....

ממילא מאכסט נישט חוזק פין איהם
מיטוואך יאנואר 23, 2019 4:22 pm#423174
מיטוואך יאנואר 23, 2019 4:35 pm#423176
ע"ע הל' דרך ארץ