דינסטאג יאנואר 22, 2019 6:25 pm#423101
אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?
די אנליין קאמפעינס מערן זיך ששה בכרס אחד. ווי נאר איינס ענדיגט זיך מיט די באנוס גאול מיט די אלע חכמה׳לעך, שפראצט אויס דריי נייע.
איינער קען מיך מסביר זיין וואס די אלע רבי׳ס טראכטען?
שוין צען יאר וואס מ׳פארפירט אז די אינטערנעט איז די סאמע אבי אבות הטומאה, ס׳ברענגט אלע גיטין און אפילו די צונאמי קומט אויך וועגען די אינטערנעט.
פלוצלינג איז אויפגעקומען א טשערידי מעשה, און מ׳קען מאכען גרויס געלד אויף די אינטערנעט. אין אלע רבי׳ס, אן אפילו א בלינק טאן מיט די אויגען, כאפען זיך ארויף אויפ׳ן וואגן. כאילו ס׳איז בכלל נישט געווען א מדובר בכלל.
העלא! מר. דוד קאהן. ביי די ל״ג בעומר הדלקה האב איך אייך געהערט וויינען און פארפירען אויף די כלים מכלים שונים וואס די אלע חוץ לארצ׳דיגע ברענגען ליידער אריין אין ארצינו הקדושה.
וואס איז געשען מיט די אלע כלים מכלים שונים? פלוצלינג איז עס מותר לכתחילה און גאר א מצוה.
איינער קען מיך איבערגעבען וואס די רבי׳ס טראכטן (אויב טראכטן זיי בכלל) ווייל ס׳גייט מיך באמת נישט אריין אין קאפ.
אויב פארשטייסטו אז מיר לעבען אין 2018 און מ׳ברויך פאנדרעיזען געלד אויף די היינטיגע וועג, נו געזונטערהייט.
אבער דעמאלטץ פארשטיי אויך אז היינט קאמוניקירען מענטשען אויף א נייע וועג, און מ׳מאכט ביזנעס אויף א נייע וועג, און די טעלעפאנס קוקען אויס אנדערש.
בקיצור, איינס פון די צוויי. אדער הער אויף האקען אויף סיי ועלכע כלים מכלים שונים, אדער מאך דיך ווי די נוצט נישט די אינטערנעט. צו טאנצען אויף ביידע חתונות איז די שפיץ פון היפאקריטיע. ס׳איז בערך ווי סאטמאר רבי זי״ע זאל אריינשטעלען א חבר הכנסת, און דער כנסת מיטגליד זאל פארפירען אז מ׳טאר נישט גיין צו די בחירות. עפעס אזוי, ווייל כ׳האב נישט קיין בעסערע ביישפיל אויף אזא שטוינענדע פליפ פלאפפינג.