Under maintenance
הויפט זייט » מאסטער האט רחמנות אויף יונגערמאן וואס סטראשעט זיין לעבן

מאסטער האט רחמנות אויף יונגערמאן וואס סטראשעט זיין לעבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12908
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 10:13 am#423212
מאסטער האט רחמנות אויף יונגערמאן וואס סטראשעט זיין לעבן
א שטיק צייט צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז נפתלי מאסטער פון יאפעד האט באקימען א טעלעפאון קאלל וואס האט אים געסטראשעט מיט טויט . אויב איך געדענק גיט האט ער אים געזאגט אז זיין בליט וועט זיך גיסן וכו'

מאסטער האט דעמאלטס באקאנט געמאכט די רעקארדינג צו ווייזן וואס ער גייט דורך פאר זיין עסקנות. אבער מער פון דעם האט מען נישט געהערט. היינט האט מאסטער אויפגעדעקט אז פאליציי האט דעמאלטס געטראפן ווער ס'האט געמאכט די קאלל און אים געסטראשעט , אבער יענע יונגערמאן האט געוויינט צו מאסטער אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער איז א גרוש און ס'קען אים שאטן אויב מ'ווערט געוואר אז ער האט דאס געטוהן. וכך הוה , מאסטער האט רחמנות אויף אים און איז נישט מפרסם די נאמען פון די מענטש וואס האט אים געסטראשעט מיט די לעבן.
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 10:20 am#423214
איך בין זיכער אז דוד המלך פריידט זיך זייער שטארק אויבן אין הימל מיט זיין אייניקל וואס גייט אין זיינע הייליגע וועגן (עיין שמואל ב טז,י).
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 2:28 pm#423228
דאס מיינט אז ער גייט לאזן צוואה פאר זיין זון צו זיך אפרעכענען מיט אים?
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 2:53 pm#423229
כ'פארשטיי נישט: אבער מאסטער איז דאך פון די וועלכע זענען מורידין ולא מעלין...! ער איז לכה"פ אזוי שלעכט ווי בן גוריון. אדער נתן יהוא....! (עיין ב' בלאט. מאמרו של הרב ש.ב. מרגליות שליט"א. תמ"ל...! (שר"י. אמרנו)
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 8:08 pm#423262
אגרות צפון האט געשריבן:דאס מיינט אז ער גייט לאזן צוואה פאר זיין זון צו זיך אפרעכענען מיט אים?

אפשר וועט עס זיין א בחינה פון תלמיד המחכים את רבו...
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 10:12 pm#423280
רביה"ק זי"ע: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. כ'פארשטיי אז דו זאגסט עפעס א גוטס. אבער. לא ירדתי לסוף דעתך...!
פרייטאג יאנואר 25, 2019 12:17 pm#423311
ס'איז זייער שיין פון אים. ס'קומט אים א שטייענדע אַפּלאָדירונג...
זונטאג יאנואר 27, 2019 12:06 pm#423364
Re: מאסטער האט רחמנות אויף יונגערמאן וואס סטראשעט זיין לעבן
His true colors.בילדבילד

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 27, 2019 12:12 pm#423365
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז נפתלי מאסטער פון יאפעד האט באקימען א טעלעפאון קאלל וואס האט אים געסטראשעט מיט טויט . אויב איך געדענק גיט האט ער אים געזאגט אז זיין בליט וועט זיך גיסן וכו'

מאסטער האט דעמאלטס באקאנט געמאכט די רעקארדינג צו ווייזן וואס ער גייט דורך פאר זיין עסקנות. אבער מער פון דעם האט מען נישט געהערט. היינט האט מאסטער אויפגעדעקט אז פאליציי האט דעמאלטס געטראפן ווער ס'האט געמאכט די קאלל און אים געסטראשעט , אבער יענע יונגערמאן האט געוויינט צו מאסטער אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער איז א גרוש און ס'קען אים שאטן אויב מ'ווערט געוואר אז ער האט דאס געטוהן. וכך הוה , מאסטער האט רחמנות אויף אים און איז נישט מפרסם די נאמען פון די מענטש וואס האט אים געסטראשעט מיט די לעבן.

איך ווייס נישט אויב מ'מעג משבח זיין א רשע.
ועוד, קען זיין אז ער פרובירט פשוט צו אויסזעהן ווי א פיינע מענטש.
זונטאג יאנואר 27, 2019 12:27 pm#423366
מ'טאר נישט משבח זיין א רשע, ס'טוישט אבער נישט די פאקטן (אפשר יא?).
זונטאג יאנואר 27, 2019 12:30 pm#423367
איש חזון: אפשר איז ער טאקע א פיינער (אדער נישט אזא פיינער) מענטש. נאר זיין פראגראם איז פעלערהאפטיג. און מיט א ביסל תיקון און גוטן וויללן קענמען יא ארויסנעמען עפעס נוצליך פון דעם. למשל אז מ'זאלל קענען ארויסנעמען די נישט טויגעדיגע סאבדזשעקטס ווי לערנען מיט אידישע חדר יונגלעך איבער האמאסעקסואליזם, טראנסדזשענדעריזם און עוואלושן עפ"י תורת טשארלס דארווין. אויך נישט לערנען דראמא פון טעאטער.

אויב אט די אלע נישט טויגעדיגע פראגראמען פון אן ערליכן אידישן שטאנדפונקט קענען עלימינירט און מאדיפיצירט ווערן. און מ'וועט זיך קאנצענטרירן צו פארבעסערן די קוואליטי פון די קאור סאבדזשעקטס, ווי ענגליש ליינען און שרייבן. און מאטעמאטיקס. געאגראפיע. היסטאריע. אמעריקאנער, און וועלטליכע. און סאציאלע שטודיעס. (די פוקנציע און אפעראציעס פון די רעגירונג.).

אפשר פארלאנג איך שוין צופיהל...?!
מיטוואך יאנואר 30, 2019 8:45 pm#423590
איש חזון האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז נפתלי מאסטער פון יאפעד האט באקימען א טעלעפאון קאלל וואס האט אים געסטראשעט מיט טויט . אויב איך געדענק גיט האט ער אים געזאגט אז זיין בליט וועט זיך גיסן וכו'

מאסטער האט דעמאלטס באקאנט געמאכט די רעקארדינג צו ווייזן וואס ער גייט דורך פאר זיין עסקנות. אבער מער פון דעם האט מען נישט געהערט. היינט האט מאסטער אויפגעדעקט אז פאליציי האט דעמאלטס געטראפן ווער ס'האט געמאכט די קאלל און אים געסטראשעט , אבער יענע יונגערמאן האט געוויינט צו מאסטער אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער איז א גרוש און ס'קען אים שאטן אויב מ'ווערט געוואר אז ער האט דאס געטוהן. וכך הוה , מאסטער האט רחמנות אויף אים און איז נישט מפרסם די נאמען פון די מענטש וואס האט אים געסטראשעט מיט די לעבן.

איך ווייס נישט אויב מ'מעג משבח זיין א רשע.
ועוד, קען זיין אז ער פרובירט פשוט צו אויסזעהן ווי א פיינע מענטש.

דאס הייסט א חסיד, אנשטאט עקנאלידזשן ווען איינער טוט א גוטע זאך ווען ער איז אינגאנצן נישט מחיוב, געסטו אים אזא בענעפיט אף די דאוט ווי מ'זאגט; קען זיין ער 'פרובירט אויסצוזעהן ווי א פיינע מענטש' ווען אין די זעלבע צייט איגנארירסטו דעם ווילדקייט פונעם אינגערמאן.. אים געסטו נישט דעם 50% אפשר וועט ער אים טאקע זוכן צו שעדיגן...
מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:53 pm#423611
איך ווייס נישט אויב מ'מעג מכיר זיין בשבחו, כ'מיין אז נישט.
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 12:15 am#423613
און אויב מ'איז יא מכיר? וויפיל מאל דארף מען שרייען איני מכיר? דריי מאל איז גענוג? און אויב ס'העלפט נישט?
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 12:31 am#423616
איש חזון האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'מעג מכיר זיין בשבחו, כ'מיין אז נישט.

איש חזון: לפענ"ד דארף מען מבחין זיין צווישן נישט מסכים זיין מיט די שיטות פון א מענטש. און האבן א פערזענליכע שנאה אויף איהם. און איהם אטאקירן...!
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:19 am#423625
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אויב מ'איז יא מכיר? וויפיל מאל דארף מען שרייען איני מכיר? דריי מאל איז גענוג? און אויב ס'העלפט נישט?

(כ'האב מיך באצויגן צו סאנטיאגא'ס טענה)
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:31 am#423629
דו האסט מתחילה שוין נישט מכיר געווען, אדער קומט דאס שוין נאכ'ן שרייען איני מכיר? און נאך ווילאנג שרייען? איך שריי שוין א שעה צייט איני מכיר, ביזדערווייל העלפט עס א רעטעך.
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:40 am#423635
berlbalaguleh האט געשריבן:איש חזון: לפענ"ד דארף מען מבחין זיין צווישן נישט מסכים זיין מיט די שיטות פון א מענטש. און האבן א פערזענליכע שנאה אויף איהם. און איהם אטאקירן.

ראה תוספות פסחים קיג: ד"ה שראה, דבשנאת רשע גם כן שייך כפיית היצר, והוא עמוק מאוד.
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:03 am#423638
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האסט מתחילה שוין נישט מכיר געווען, אדער קומט דאס שוין נאכ'ן שרייען איני מכיר? און נאך ווילאנג שרייען? איך שריי שוין א שעה צייט איני מכיר, ביזדערווייל העלפט עס א רעטעך.

תיקון: מ'טאר נישט פארציילן פאר אנדערע און פאר זיך, בשבחו פון א רשע
---
כאמור לעיל בין איך נישט זיכער אויב ס'איז טאקע אסור, וכעת גיגלתי ויצא זה m https://he.wikisource.org/wiki/%D7%91%D ... 7%99%D7%9D m
פרייטאג פעברואר 01, 2019 1:32 am#423702
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס קען זיין פשט אין אזא מין איסור, אבער יעצט זאגסטו כאטש עפעס ווערטער.
זונטאג פעברואר 03, 2019 2:00 pm#423766
סאנטיאגא האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז נפתלי מאסטער פון יאפעד האט באקימען א טעלעפאון קאלל וואס האט אים געסטראשעט מיט טויט . אויב איך געדענק גיט האט ער אים געזאגט אז זיין בליט וועט זיך גיסן וכו'

מאסטער האט דעמאלטס באקאנט געמאכט די רעקארדינג צו ווייזן וואס ער גייט דורך פאר זיין עסקנות. אבער מער פון דעם האט מען נישט געהערט. היינט האט מאסטער אויפגעדעקט אז פאליציי האט דעמאלטס געטראפן ווער ס'האט געמאכט די קאלל און אים געסטראשעט , אבער יענע יונגערמאן האט געוויינט צו מאסטער אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער איז א גרוש און ס'קען אים שאטן אויב מ'ווערט געוואר אז ער האט דאס געטוהן. וכך הוה , מאסטער האט רחמנות אויף אים און איז נישט מפרסם די נאמען פון די מענטש וואס האט אים געסטראשעט מיט די לעבן.

איך ווייס נישט אויב מ'מעג משבח זיין א רשע.
ועוד, קען זיין אז ער פרובירט פשוט צו אויסזעהן ווי א פיינע מענטש.

דאס הייסט א חסיד, אנשטאט עקנאלידזשן ווען איינער טוט א גוטע זאך ווען ער איז אינגאנצן נישט מחיוב, געסטו אים אזא בענעפיט אף די דאוט ווי מ'זאגט; קען זיין ער 'פרובירט אויסצוזעהן ווי א פיינע מענטש' ווען אין די זעלבע צייט איגנארירסטו דעם ווילדקייט פונעם אינגערמאן.. אים געסטו נישט דעם 50% אפשר וועט ער אים טאקע זוכן צו שעדיגן...

לאז ארויס איש חזון, קען דען נישט ביידע זיין אמת?
דער אינגערמאן האט אים אפשר געזיכט צי שעדיגען, נישט סתם שרייען (און די רגע וואס מען האט אים געכאפט האט מען אים נאטרעלייזט)
און מאסטער, אפשר אן קיין ברעקעל געפיל פאר א צווייטען, זיכט פשוט אויסצוזעהן ווי א פיינע מענטש ?



איך זעה נישט וואו איש חזון האט זיך אנגענימען פאר דעם אינגערמאן
דאס הייסט א...
זונטאג פעברואר 03, 2019 3:31 pm#423780
ביי וועמען?

ביי מיר איז ער גארנישט מער חשוב פאר דראפען די זאך.

עס קען זיין פאר אן אנדערע פשוטער סיבה, ווייל דער אינגערמאן וואלט גארנישט געשעהן סיי ווי.
זונטאג פעברואר 03, 2019 5:33 pm#423790
איש חזון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האסט מתחילה שוין נישט מכיר געווען, אדער קומט דאס שוין נאכ'ן שרייען איני מכיר? און נאך ווילאנג שרייען? איך שריי שוין א שעה צייט איני מכיר, ביזדערווייל העלפט עס א רעטעך.

תיקון: מ'טאר נישט פארציילן פאר אנדערע און פאר זיך, בשבחו פון א רשע
---
כאמור לעיל בין איך נישט זיכער אויב ס'איז טאקע אסור, וכעת גיגלתי ויצא זה https://he.wikisource.org/wiki/%D7%91%D ... 7%99%D7%9D

איש חזון: אבער אפילו לשיטת דעם וויקי לינק, איז נאכנישט מוחלט אז נפתלי מאסטער איז א רשע בעיני ה'. ער פיהרט אן אגענדא מיט וואס אונז זענען נישט מסכים. אבער קיין רשע הייסט ער נאכנישט וועגן דעם...!
זונטאג פעברואר 03, 2019 9:45 pm#423810
א יוד וואס איז לוחם אקעגן חרדיזם, אהן קיין איצטלא דרבנן, איז א ריש שין עין בעיני ה'
(און וואס איז מיט ערכאות?)
זונטאג פעברואר 03, 2019 9:56 pm#423811
הייסט עס אז זיין פראבלעם איז אז ער פארקויפט נישט זיינע שגץ שטיק אלץ פרומקייט, אין מיינע אויגן איז דאס נאר א מעלה.
(ווער גייט נישט אין ערכאות? ווייל ער האט נישט קיין זילבערנע שטעקן?)
מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:29 am#423820
איש חזון האט געשריבן:א יוד וואס איז לוחם אקעגן חרדיזם, אהן קיין איצטלא דרבנן, איז א ריש שין עין בעיני ה'
(און וואס איז מיט ערכאות?)

און מיט א איצטלא דרבנן איז...?
מאנטאג פעברואר 04, 2019 4:12 am#423831
יין שרף: א פשיטא אז ער מעג. ווייל עבר ושנה עליו נעשה לו כהיתר...! און קיינער וועט איהם נישט זאגן קיין ווארט...!
מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:03 pm#423854
יין שרף האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:א יוד וואס איז לוחם אקעגן חרדיזם, אהן קיין איצטלא דרבנן, איז א ריש שין עין בעיני ה'
(און וואס איז מיט ערכאות?)

און מיט א איצטלא דרבנן איז...?

אויב קומט א רב א בעל שיעור קומה און דינגט זיך כדרכה של תורה מיט חרדיזם, אפילו ער זאל זיין אביסל אגערסיוו, איז ער נישט קיין רשע (אבער אין חרם וואלטן אים חז"ל מן הסתם געלייגט, ווילאנג ער איז א יחידאה און פלגאה, וע"ע זקן ממרא וצ"ע)