Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?

מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12935
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:05 pm#424070
מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
כ'זע די דעקל פונעם בילדער מאגאזין דעם וואך - תרומה ע''ט - פון הרב ישראל מאנסי ווישניצער ממלא מקום. הלמאי? כ'האב געמיינט אז מ'האט מקפיד געווען קעגן בילדער - ביז פארווארפן אויף יענע וועלט?
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:14 pm#424071
ער דארף נישט זיין בעסער פונעם פעטער דוד מלך ישראל... דער סקיווערע זיידע איז דאך אויך געווען קעגן בילדער.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:25 pm#424072
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:32 pm#424073
איז עס אפציעל מותר מצידו, אדער ס'גייט עהם נישט אן
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:35 pm#424074
קאך_לעפל האט געשריבן:וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? :lol:
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:43 pm#424075
ווער איז דא קעגן? אויסער ווער ס'רעאגירט מיט'ן אראפרייסן א צווייטן. כ'האב איינפאך געוואלט וויסן, צו דאס וואס דער אלטער מאנסיער ווישניץ וואס איז געווען אזוי קעגן בילדער - ביז שעלטן אויף אלע וועלטן, איז נישט נוגע פאר זיין ממלא מקום - ברא כרעי' דאבוה.
איז ער אפען מסכים, אדער איז עס א פראגע פון צייט ווען ער וועט עס שארף אפשטעלן, צוליב די אמת'שאפט וואס מאנסי ווישניץ איז דערויף געשטעלט.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 4:17 pm#424076
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 4:29 pm#424077
מודה בטפל האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? :lol:

ער האט געמיינט צו פרעגן, וויפיל אשכולות זענען דא קעגן; אבער ער איז נישט גערעכט, ווייל יעדע טעמע איז א באזונדערע האנדלונג. מ'האנדעלט וועגן מסורה און ירושה, וואס איז וויכטיג אויסצושמועסן, ספעציעל ווען ס'איז אזא שטארקע פירצה, וואס דער אלטער פירער האט דערויף פארפירט געפערליך.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 8:06 pm#424093
מודה בטפל האט געשריבן:[
"רבי'ס און ערליכע אידן"
וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? :lol:

נישט אידע ערליכע איד איז אויך א רבי
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:15 pm#424095
א רבי איז פשוט טייטש איינער וואס לערנט יענעם עפעס אויס, און ס'קען זיין ער לערנט עהם אויס נישט ריכטיג אויך.. אויב אין מאנסי ווישניץ האט מען ממש געהארגעט מענטשן פאר'ן מאכן בילדער, וואס איז יעצט געשען?
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:32 pm#424101
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
עס איז דא א גאנצע ריי אין בית החיים פאר די געהרגעטע בילדער נעמערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 08, 2019 5:06 pm#424142
כ'וויל טאקע וויסן, פונעם ציון מעג מען מאכן א בילד?
זונטאג פעברואר 10, 2019 3:06 am#424158
לכאורה איז עס שוין מותר
אבער מען קען אבער נישט וויסען מיט די כעוורע, ווארט א טאג צוויי און עפעס א פרומאק וועט אריינלויפן צו סרוליק מיט א בהלה היתכן עס איז דא בילדער, און וועלנדיג געפעלן פאר די פרומאקעס, וועט ער ארויסשטעלן עפעס א "מחאה'לע" - וואס וועט זיין גילטיג ביז דעם נעקסטען בילד...
ימים ידברו
דינסטאג פעברואר 12, 2019 5:01 pm#424324
מודה בטפל האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? :lol:

הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגען די לשון חז"ל אין פסחים מט:
"תנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם, לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור"

זעען מיר פין דעם אז די צוויי זענען נישט די זעלבע זאך.
ודפח"ח
דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:10 pm#424343
shefele האט געשריבן:
מודה בטפל האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? :lol:

הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגען די לשון חז"ל אין פסחים מט:
"תנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם, לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור"

זעען מיר פין דעם אז די צוויי זענען נישט די זעלבע זאך.
ודפח"ח

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:45 pm#425125
איך בין געוועהן ביי א שמחה ווי דער וויזניצער רבי פון ב״פ הרה״צ ר׳ יעקב יוסף האגער שליט״א האט זיך באטייליגט און די בילדער מאכער איז געקומען כאפן בילדער האט דער בעל שמחה געוויזן מזאל נישט כאפן קיין בילדער. האט ער זיך אנגערופן הויעך ״ער קען כאפן וויפל בילדער ער וויל, נאר ווידיעא זאל ער נישט כאפן״.

אין וויזניץ האט קיינער נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער אויסער רבי מאטעלע זצ״ל, ער האט עס גענומען פון זיין שווער די סקווירער רבי זצ״ל און פון סאטמארער רב זצ״ל. נישט אלע ממשיכים נעמען אן די קפידה.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:51 pm#425127
שבת אחים האט געשריבן:איך בין געוועהן ביי א שמחה ווי דער וויזניצער רבי פון ב״פ הרה״צ ר׳ יעקב יוסף האגער שליט״א האט זיך באטייליגט און די בילדער מאכער איז געקומען כאפן בילדער האט דער בעל שמחה געוויזן מזאל נישט כאפן קיין בילדער. האט ער זיך אנגערופן הויעך ״ער קען כאפן וויפל בילדער ער וויל, נאר ווידיעא זאל ער נישט כאפן״.

אין וויזניץ האט קיינער נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער אויסער רבי מאטעלע זצ״ל, ער האט עס גענומען פון זיין שווער די סקווירער רבי זצ״ל און פון סאטמארער רב זצ״ל. נישט אלע ממשיכים נעמען אן די קפידה.

כ'האב מברר געווען ביי די גבאים פונעם באראפארק ווישניצער רבי זז''ג, און כ'האב געהערט דאס פאלגענדע;
ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה, איז ער אריין צום סקווער'ן פעטער, און געפרעגט דערוועגן. היות זיין טאטע הרה''ק ר' פיניע זצוק''ל, האט דאך אלץ געהערט דעם דעת קודש פונעם סקווערן פעטער, וואס טוט מען וועגן בילדער.
האט עהם דער סקווערער רבי געענטפערט אזוי; כ'האב איינגעזען אז די איינציגע וועג אפצושטעלן די בילדער כאפער, איז בלויז מיט פעטש, און ס'נישט ווערד מקפיד צוזיין אויב די פרייז איז טיילן פעטש.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:59 pm#425128
שקד האט געשריבן:

כאַ כאַ כאַאַַ... אבער ווען סקומט צו זיין כבוד טיילט ער שוין איינמאל פעטש.... זאל נאר איינער פרובירן צו מאכן א עקסטערע מנין אין זיין שטעטל, אדער קויפן א הויז אין די מייל... דעמאלטס לוינט זיך שוין יא צוטיילן פעטש???

טוה מיר א טובה...
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:10 pm#425137
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:18 pm#425140
שקד האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

ממש אזוי???? מ׳האט נעבעך פארדרייט אזא חשובע געהויבנע אשכול?

כ׳מיין מ׳זאל גוזר תענית זיין און מאכן א יום תפילה אין די אַרמערי...

אלע היינטיגע צרות קומען דאך נאר פון אזעלכע ״פאדרייטע אשכולות״ ווי קען מען דאס צולאזן?.

השם ירחם.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 2:00 pm#425150
שקד האט געשריבן:האט עהם דער סקווערער רבי געענטפערט אזוי; כ'האב איינגעזען אז די איינציגע וועג אפצושטעלן די בילדער כאפער, איז בלויז מיט פעטש, און ס'נישט ווערד מקפיד צוזיין אויב די פרייז איז טיילן פעטש.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נישט דא וואס צו רעדן, האסט זוכה געווען צו מהנה זיין א איד.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:35 pm#425159
קוקי האט געשריבן:כ'וויל טאקע וויסן, פונעם ציון מעג מען מאכן א בילד?

כ'מיין אז נישט, ער האט דאך געסטראשעט אפצוהאלטן זיין מחילה בזה ובבא..
מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:53 pm#425161
רעב מאטעלע פלעגט נישט קומען צו א חופה אויב ס'געווען בילדער ביים חתונה, אזוי שטארק האט ער מקפיד געווען - אויף יענעמס חשבון

למעשה ווער ס'האט עהם געשוואוירן אז ס'וועט נישט זיין בילדער, איז ער געקומען דארט טאנצן.. {ס'האט געהייסן טאנצן.. ער האט אריינגעראלט די בענקל און געפושט די חתן}

פארציילט מען, אז מ'האט עהם געפרעגט, אויב מ'וועט נישט אפטעיפן די חתונה, וועט ער קומען זינגען דארט?..
מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:59 pm#425162
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: נישט דא וואס צו רעדן, האסט זוכה געווען צו מהנה זיין א איד.

גם אני מצטרף
מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:21 pm#425165
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
עס מאכט זיך אז א מענטש האלט זיך שטארק איין פון עסן א גאנצע טאג. ממילא מעג ער פרעסן אויף אלע באקן די טאג נאך דעם.
הייסט עס אז די פאסטן האט גאר צוגעברענגט די געוואלדיגע איבערוואג.

והנמשל, דער סקווערער איז אזא ריזיגע ענדע צדיק. ער האט מוותר געווען אויף די געפערליכע תקנת הפיקטשערס, ווייל שלאגן טאר מען נישט. , איז דער וואס איז מתחצף צו זיין תקנות אומשטענד צו כאפן געפערליכע קלעפ, היתכן ער דינט נישט אזא גרויסע צדיק וואס שמייסט נישט?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:33 pm#425170
כ'מיין אז ווען נישט דער מאנסיער רבי זאל אזוי דרייען די אייער וועגן בילדער, וואלט קיינער ממילא נישט געוואלט מאכן פון עהם בילדער.. ווער ס'האט אמאל געזען זיין (נמחק) צורה. נישט בחינם האט ער אזוי פארפירט.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:49 pm#425175
קוקי האט געשריבן:כ'מיין אז ווען נישט דער מאנסיער רבי זאל אזוי דרייען די אייער וועגן בילדער, וואלט קיינער ממילא נישט געוואלט מאכן פון עהם בילדער.. ווער ס'האט אמאל געזען זיין _____ צורה. נישט בחינם האט ער אזוי פארפירט

ATUB @סדרן ATUB : כ'מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושפארן דעם מטורף.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 9:27 pm#425178
פארוואס? אויף יענעם מעגסטו רעדן, און אויף דיין הייליגער מעג איך נישט?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 9:38 pm#425180
לדעתי, זאל מען איהם לאזן דא, כדי יעדער זאל וויסען וואס איז דאס א סקווערער. אפילו שקד שרייבט נישט אזוי געמיין ווי אים.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 9:46 pm#425181
כ'וואלט ענק אלע געזאגט קלאר, אז כ'בין ניטאמאל א סקווערער.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:12 am#425196
אויב אזוי זאל מען דיר טאקע אויסשפארן.