חתם סופר האט געשריבן:לעצטענס קומט ארויס א בלעטעל "דער בארא פארקער". גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע אבער איך ווינדער מיך פאר וועם ער קעיטערט. דערווייל האלט ער אין איין קעיטערן פאר די עקסטרימיסטען, אסאך מאל דאכט זיך אז מ'ליינט דער איד אדער דער בלאט. איין טאג האט ער געהאט א גאנצע אטאקע קעגן "בעסערע אינגעלייט" א אנדערע מאל שרייבט ער ברוך שעקר ע''ז אויף די רעפארם טעמפל. (איינער האט טאקע אריינגעשיקט א בריוו מוחה זיין). בקיצור אלעס איז עקסטרים. ער זיכט נאר צו קעיטערן פאר חניאקעס? אויב פארטרעט ער בארא פארק דארף ער דען נישט שרייבן שיין אויף אלע היימישע בארא פארקע איינוואוינערס? כאטש רייס נישט אראפ אנדערע מענטשען.
חתם סופר: איך האב עס נאכנישט געזעהן. נאר ס'איז זיכער אז איינער אדער מער וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט דעם שמאללן קוק. און מיט א נעגאטיוון בליק אויף אלץ און אלעמען. און לאידך גיסא. א יעדע זאך וואס איז או.קעי. אין זייערע קרייזן מוז האבן דעם גושפנקא דמלכא...!
דו ביסט גערעכט. אויב ער האט עפעס צו פארקויפן פאר דעם בארא פארקער עולם, דארף ער אנהייבן ווערן א ביסל נארמאל...!
איך עלל דיר געבן א משל. דער איד האט מיט עטליכע יארן צוריק געשריבן אן ארטיקל. איך געדענק שוין נישט דעם הקשר (קאנטעקסט). אבער דאס געדענק איך יא. איין סענטענס האט ער געשריבן..."דער זאטער בארא פארקער בעל הבית"... כאילו די בעלי בתים אין וויליאמסבורג הונגערן אונטער, ח"ו.
איך בין געווען לעצטנס ביי א משפחה שמחה אין וויליאמסבורג. און דעם עולם וואס איך האב דארט געזעהן איז געווען רוב עגיל ואשמח'ס. מיט ארויסשטארצנדיגע בייכער, בליעה"ר. ווייל אין דזשאב גייט מען דאך דארט בדרך כלל נישט. און דער פעטער שמואל (אדער דע-בלאזיא) געט ב"ה פיי. סאמעך, בשפע. איך זעה קע"ה דעם עולם ביי בינגא...!מ'נעמט אן גראסעריס בערך פאר 2 מאות. און מ'סווייפט דאס קארטל...!
לאמיר האפן אז זיי וועללן זיך אויסטשוכען פון זייער גירסא דינקותא. ווייל אנישט וועט זיי זיין א שאד דאס פאפיר אויף וואס מ'דרוקט עס...!