Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קינדער און וועקער

קינדער און וועקער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12956
דינסטאג פעברואר 19, 2019 8:02 pm#424804
קינדער און וועקער
אויף טוויטער האט מיר עמעצער געפרעגט וועגן לאזן קינדער לייענען דער וועקער און איך האב מיט אים געפירט א קורצן שמועס. פארן קומענדיגן נומער איז עס עטוואס מער נוגע וויבאלד איך האב דארט א שטיקל געאייגנט פאר קינדער מיט שיינע בילדער כאטש איך האף ערוואקסענע וועלן זיך אויך פאסמאקעווען.

איך בין אבער אינטערעסירט צו הערן צי דער עולם לאזט צו זייערע קינדער צו דער וועקער, צי די קינדער כאפן זיך דערצו אליין צו, ווי אלט, יינגלעך אדער מיידלעך והנימוקים לכאן ולכאן.

m https://twitter.com/katlekanye/status/1 ... 37568?s=19 m
דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:02 pm#424809
Re: קינדער און וועקער
איך זעה אייער מיינונג איז אז דאס איז געאייגענט פאר אלע יארגענג. איך וואלט נישט אזוי געזאגט. יונגע מחות קענען נאך נישט אלס פארנעמען און הגם איך טאטי ליין געוויסע זאכענעס פארשטיי איך פארט אז אין לך הקדש אלא מקומו ושעתו. הגם נישט אלע וועקער'ס זענען געווען צו קאנטערווירשעל, אבער דא דארט פאלט אריין עפעס וואס קען זיי מאכן צופיל טראכטן, און נאך מאכן א יו טורן. מיט עלטערע קינדער, בחורים אדער מיידלעך וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 12:27 am#424815
דער וועקער איז געצילט פאר ערוואקסענע. אויב א פאטער שפירט אז ער וויל עס געבן פאר זיין קינד, אדרבה. מיר האבן הנאה צו באקומען גריסן און בריוו פון בחורים וועלכע האבן הנאה פון דעם וועקער, אבער בחורים און קינדער זענען נישט אונזער געצילטער אוידיענץ. דער וועקער ווערט געשריבן און דרוקט ארטיקלען מיט אן ערוואקסענעם לייענער פאר די אויגן.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 6:36 am#424828
איך לאז מיינט קינדער קוקן אין וועקער. ממה נפשך, אויב זענען זיי גענוג מעטשור איז דאך עס געמאכט פאר זיי און אויב נישט וועט זיי עס במילא נישט אינטרעסירן.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 11:12 am#424839
קטלא פלגא, איך האב הנאה אז דיינע קינדער שפעטן אויך פון דיינע ארטיקלן, ווי דו שרייבסט אויף טוויטער, נישט נאר איך....
מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:40 pm#424851
איסר האטלקי האט געשריבן:קטלא פלגא, איך האב הנאה אז דיינע קינדער שפעטן אויך פון דיינע ארטיקלן, ווי דו שרייבסט אויף טוויטער, נישט נאר איך....


איך האב געשריבן מיינע 'דרשות' וויבאלד זיי לייענען נישט די ארטיקלען. איך שיהיה טוט זיך א געשפעטעריי און איך האב קיינמאל נישט גע'טענה'ט אז איך האב דערויף א מאנאפאל איז זאל זיין פלגא עלי ופלגא עלך.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:44 pm#424853
ווי האט נאר ר' אברהם יהושע געזאגט פאר יענע זאלוני וואס האט נישט געהאלטן פון זלמן לייב, "ביזטו דאך אן עכטע זאלוני...", ואידך פירושא זיל גמור.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:53 pm#424855
יענער ליע ברעווער פרעגט א האלבע שאלה. די שאלה איז נישט צו מ'מעג לאזן קינדער ליינן, נאר צו מ'מעג שיקן קינדער אין חדר און נאכדעם לאזן ליינן. א קינד וואס יעדער זאך איז ביי אים שווארץ און ווייס, איז עס גאר א שווערער זאך. ער וועט עס נישט קענען דולדן. אבער מאידך גיסא, ער מוז זיך דאך אויסלערנן אז אזוי קומט די וועלט און ער וועט זיך מוזען צופאסען צו א וועלט וואס איז נישט שווארץ און ווייס. (איך גלויב אז די נקודה איז מער עצמיות'דיג ווי חינוך. געוויסע מענטשן זענען שווארץ און ווייס מענטשן, און די חינוך איז נישט אין דעם שולדיג)

די נוסח איז נישט ממש געאייגענט פאר סיי וועלכע קינד, ווייל נישט דאס דארף ער הערן. ער קען דאך נישט מאכען קיין חדר אליינס. פאר א קינד וואלט מען מער געדארפט ארויס ברענגן וואס איז די תכלית פון לערנן, און ווי ער וועט זיך פילען בעסער ווען זיין לערנען קומט מיט א שטארקערער אחריות צו וויסען וואס ער לערנט. (אגב, מיין קינד וואס איז מער שווארץ און ווייס, איז פיל מער מקפיד אויף צו קענען וואס ער לערנט. משא"כ די קינד וואס איז מער איזי גאואינג וואס דאס איז א סטראגל פאר אים)
מיטוואך פעברואר 20, 2019 2:33 pm#424857
איסר האטלקי האט געשריבן:קטלא פלגא, איך האב הנאה אז דיינע קינדער שפעטן אויך פון דיינע ארטיקלן, ווי דו שרייבסט אויף טוויטער, נישט נאר איך....

ביסט טאקע נישט די איינציגע וואס פארשטייט נישט צו היי קוואליטי ליטעראטאר. צרת רבים פלגא נחמה
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:27 pm#424975
Re: קינדער און וועקער
Vekker - Lipa.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 03, 2019 5:48 pm#425579
זיידעס מעגן ליינען דעם וועקער
ווייסעך פון איינעם וואס האט געליינט דעם וועקער און זיין טאטע שוין נאנט צו די זיבעציג לאוי"ט האט עס באמערקט ביי איהם און נאכן מעיין זיין דערין האט ער איהם שטארק פארגעהאלטען דערויף, זייענדיג געפיטערט די לעצטע 45 יאר פוון דעם וואכענשריפט "דער איד" - און וואס עס שטייט דארט איז קודש - ומיניה לא תזוע...
דער יונגער לייענער האט פראבירט אויפצוקלערן דעם אלטן אבער ס'נישט געווען צו וועמען צו רעדן
איז מיין שאלה איז "פון" וועלכע יארגאנג "ביז" וועלכע יארגאנג איז דער וועקער געאייגענט ?
זונטאג מערץ 03, 2019 9:01 pm#425591
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ווייסעך פון איינעם וואס האט געליינט דעם וועקער און זיין טאטע שוין נאנט צו די זיבעציג לאוי"ט האט עס באמערקט ביי איהם און נאכן מעיין זיין דערין האט ער איהם שטארק פארגעהאלטען דערויף, זייענדיג געפיטערט די לעצטע 45 יאר פוון דעם וואכענשריפט "דער איד" - און וואס עס שטייט דארט איז קודש - ומיניה לא תזוע...
דער יונגער לייענער האט פראבירט אויפצוקלערן דעם אלטן אבער ס'נישט געווען צו וועמען צו רעדן
איז מיין שאלה איז "פון" וועלכע יארגאנג "ביז" וועלכע יארגאנג איז דער וועקער געאייגענט ?


ויש לומר, אלעס חוץ: מאטירנעטי וואורד, פלעיגרופ, נורסערי, קונדערגארטן, סיניארס ליווינג, נורסינג האום, סעמעטירי.
זונטאג מערץ 03, 2019 9:55 pm#425595
בעצם לאז איך מיינע קינדער לייענען דעם וועקער, וואס זאל איך אבער טוהן אז מיינע קינדער לייענען נישט קיין אידיש?
פרייטאג יאנואר 15, 2021 12:16 pm#465621
טאמבל סאס האט געשריבן:איך לאז מיינט קינדער קוקן אין וועקער. ממה נפשך, אויב זענען זיי גענוג מעטשור איז דאך עס געמאכט פאר זיי און אויב נישט וועט זיי עס במילא נישט אינטרעסירן.

דאס גייט נאך טיפער ווייל קאנט האט מגדיר געווען ״ענלייטענמענט״ אלס:
‏man's emergence from his self-incurred immaturity
וואס קומט צושטאנד נישט אזוי ווייט וועגן אי-יכולת נאר איידער וועגן פחד און חסרון פון קוראזש און מוט צו טראכטן מיט׳ן אייגענעם אינטעלידזשענס וכו׳ פאר זיך אליין, און מ׳פארלאזט זיך אויף אנדערע, אָטאָריטעטן וכו׳. אין אנדערע ווערטער, מ׳האט א פחד פון זיך דערוועקן און זעלבסט טראכטן.