א ווילדע בילדויזער
![לאכט :lol:]()
ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר געוועהן אין די היסטאריע פון אמעריקע. אלע זיינע מענטשען ארום אים לויפן אוועק פון אים אדער האבן ליגעאלע פראבלעמען. אלע זיינע גרעסטע שישקעס פון זיין קאמפיין גיין זיצן. ער פארלירט יעדען טאג מעהר און מעהר שטיצע. ער מיט די רעפובליקאנער האבן פארלוירן די קאנגרעס אין די מיטורעם וואלן און פלעצער וואו זיי האבן שטארק געוואונען ווען ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. ער האט די נידריגסטע צופרידנהייט-ראטע. ער איז אומעקספירענסט, רייסט זיך ארום מיט זיינע אייגענע מענטשען. ער ווייסט נישט וואס ער טוט. ער האט באנקראטירט יעדע ביזנעס אין זיין לעבן. פארוואס זאל איך האלטן אז ער איז גוט פאר אמעריקע פונקטליך??? וואס איז זיין עקספירענס אין גאוורמענט? גארנישט! ער איז א פשוטע קרימינאל, א ליגענער, א בלאפער, א חזיר, א ראסיסט, א שלעכטע מענטש, א אפערטוניסט, און ער ליידט געפערליך פון Narcissistic personality disorder. ער סטראשעט יעדער וואס זאגט דעם אמת קעגן אים מיט דאס ערגסטע, ער אטאקירט די פרייע-פרעסע, ער שטיצט די ווילדע רעכטע KKK נאציס אין אמעריקע, ער צוקריגט זיך מיט יעדע ally פון אמעריקע. ער איז די גרעסטע קאראפטירטע מטורף וואס איז נאר אמאל געזיצן אויפן בענקל. מייק פענס איז יעצט געוועהן אין אייראפע און בשעת זיין רעדע האט ניטאמאל איין מענטש געקלאפט! אלע זענען געזיצן שטיל...
ווער סהאט עס נאכנישט געכאפט ווייסט אדער נישט די פאקטן אדער איז פשוט צוריקגעשטאנען.
פארוואס זאל איך גלייבן אז ער איז עפעס א גוטע מענטש און איז פאסיג צוזיין די פרעזידענט? ער האט ניין טויזנט מאל געזאגט אפענע ליגענט אן קיין שום בושה. ער האט נאר געלייגט אין דער ערד זיין טאטענס גאנצע פארמעגן. ער האט פארלוירן שוין א ביליאן דאללער (א דריטל פון זיין פארמעגן) זייט ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. קיין שום נארמאלע מענטש אויף דער וועלט וויל היינטיגע צייטן מאכן ביזנעס מיט אים אדער שטיין אין זיינע ד׳ אמות. א שמוציגער יונג. א פארפוילטע מענטש פון קאפ ביז פוס וואס קען גארנישט, ליינט נישט גארנישט, רעדט זיך נישט דורך מיט קיין שום קלוגע מענטש, דערווייל איז גרויסע צרות. זיין אייגענע FBI זאגט אנדערש פון אים.
איך קוק אן אלע טראמפסטערס אזויווי איך קוק אן אלע מענדליסטן. זיי רעדן זיך אויך נעבעך איין אז ער איז עפעס א קדוש דערווייל איז ער פשוטע משוגענער.