טאמבל סאס האט געשריבן:גאש, כ'האב נישט געוואוסט וואסארא קאנע פון ווערים איך עפן דא אויף..
איידער דו ווילסט וויסן אויב מ'רעדט פון ווערים, דארפסטו צוערשט וויסן ווער ס'זאגט אז ס'איז ווערעמיג.
דער מוציא לעז, קוקי, אן ערשט-קלאסיגער סקווערער שוואנץ (און מ'דארף נישט זיין קיין באזונדער-גרויסער חכם צו וויסן פון וועם מ'רעדט), בארעדט ר' עזריאל טויבער וויבאלד ער איז געווען צו פאוערפול פאר סקווער און דערפאר איז ער געפלויגן פון דארט.
זיין ארגון שלהבת איז אלע יארן געווען געווידמעט פאר בעלי תשובה, און נישט אזוי ווייט פאר היימישע, און דערפאר ווייסט מען ווייניגער דערפון. די לעצטע פאר יאר האט ער זיך אנגעהויבן אדווערטייזן ביים היימישן עולם, אבער די מאנאפאל ליגט שוין ביי די ספעציעל אוועקגעשטעלטע ארגאנזציעס.
זיינע ספרים זענען וועלט בארימט, גוט אויסגעקאכט, און ווייזן אויף אן עמקות און ידיעה ראויה. כ'האב זיין פרקי מחשבה אויף חודש תשרי און אויף נישואים, און ער רעדט זייער שיין.
הגה"צ ר' שמשון פינקוס האט מיטגעארבעט מיט אים אין 'שלהבת', און דאס איז א שטיקל עדות אויף ר' עזריאל זעלבסט.
זיין ברודער ר' יחיאל איז געווען אן ענוותן ושפל ברך, א גאון עצום, געפירט די שענסטע כולל אין מאנסי און מעגליך אין אמעריקע. זיין מכון להוראה איז געווארן לעגענדאר, און אוועקצומאכן ר' יחיאל איז טאקע נאר פאסיג פאר א סקווערע מח.
אבא חייא איז אן עקסטרעמיסט, אבער אי משום הא האב איך א טענה אויפן קנאי ר' בנימין ראבינאוויטש פונעם עדה, וואס זיין ברודער איז געווען אן אגודיסט, ר' פישל ר"י באיאן...
ר' הערשל הייסט אויך זייער א חשובער פערזענליכקייט, אבער כ'ווייס נישט קיין סאך פרטים.
ר' שלמה אשר'ס קאלום אין לבלר איז גאר שטארק, און ס'הייסט צו זיין א סוקסעס.
דער אישי'ער צו טאמבל, שיינט ווי א היימישער יצמחפורקניה, וואס האט געטראפן אן "אישו" מיט ר' שלמה אשר אז ער איז א פעמעניסט. זאל אים וואויל באקומען.
איידער כ'ענדיג, שאלה לי אליך קוקי: וואו איז דער ניק ישראל גלויבער פארשוואונדן געווארן?
כ'ווארט נישט אויף קיין ענטפער.