Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט

קאווע שטיבל • א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12977
מאנטאג מערץ 04, 2019 11:08 am#425625
א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט
איך געדענק פון אלס קינד אז מ'פלעגט פארציילען אז אין בני ברק האט איינער געקויפט זיין ווייב א מתנה לכבוד פסח, א נייעם חומרא!

לכבוד דעם וויל איך עפענען אן אשכול פאר נייע חומרות פאר מענטשען וואס דארפען קויפען מתנות פאר די משפחה.

איינער האט ארויף געברענגט אן אינטרעסאנטע זאך. די שייטעל טומול האט אויפגעשוידערט וועלטען מיט בערך פופצען יאר צוריק, און עס איז ווידער שטיל געווארען. שפעטער אבער, אין די לעצטע פאר יאר, פראבירען מאנכע דאס צוריק אויפצולעבען מיט נייע פאקטען און ציפערן. דעריבער וואלט געווען זייער ראטזאם ווען איינער זוכט א ווייב, זאל ער ענדערש נעמען א בלאנדע צו א רויטע, ווייל דעמאלס איז דא ווייניגער טשאנסן אז איהר שייטעל וועט זיין פון אינדיא.
מאנטאג מערץ 04, 2019 3:06 pm#425649
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:... דעריבער וואלט געווען זייער ראטזאם ווען איינער זוכט א ווייב, זאל ער ענדערש נעמען א בלאנדע צו א רויטע, ווייל דעמאלס איז דא ווייניגער טשאנסן אז איהר שייטעל וועט זיין פון אינדיא.


ממילא זאגט דער אייבערשטער: פרה אדומה תמימה אשר אין בה מום...
מאנטאג מערץ 04, 2019 4:20 pm#425666
פילייכט קען מען מאכן ביטול קידושין דער וואס איז אריינגעפאלן מיט א ברוינע אדער א שווארצע, פשוט אלץ חשש תקרובת עבודה זרה מפקיע זיין די קידוישן און אנהייבן פון דאסניי מיט א רויטע. למיחש מיהא בעי
דינסטאג מערץ 05, 2019 11:36 pm#425786
א. זיך שערן אין דער דיינונג רום, היות עס איז א מצוה פין בל תקיף דארף מען עס טוהן ברוב פאר והדר אין דער דיינונג רום.

ב. נישט טראגען קיין מאדעל קאוטס בכלל, היות אונז זענען בני ובנות מלכים, זאלען זיי טראגען שיינע קליידער וואס פלאצען שוין, מיט גורטעלס גאנץ שבת ויום טוב.
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:58 am#425791
Re: א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט
געהערט פון איינעם כ'מיין טאקע א ליטוואק, (נישט אינזער ליטוואק פון בודאפעסט) אז ביי זיי אינדערהיים איז מען מחמיר נישט צו טרינקן קיין געקויפטע אראנדז דזשוס ווייל אראנדזשעס קען האבן ווערים, מילא טרינקן זיי נאר היימיש וואס מ'האט אליין בודק געווען. כ'בין נאר נייגעריג צו די מענער אליין זענען עס בודק צו זיי זענען מזכה די ווייבער מיט די בדיקה, ווייל סוכ"ס קען עס זיין א שאלה ביטול תורה. אבער וואס זאגן ענק צו אזא חומרא???
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:01 am#425792
מיטוואך מערץ 06, 2019 9:31 am#425808
Re: א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט
אישתישבי האט געשריבן:א. זיך שערן אין דער דיינונג רום, היות עס איז א מצוה פין בל תקיף דארף מען עס טוהן ברוב פאר והדר אין דער דיינונג רום.

.


לא תקיפו איז א לאו, נישט קיין מצוה. אבער א ישב לו ולא עבר עבירה איז עס דאך. אויב אזוי, איז בל תשקצו אויך אין כלל, און וויבאלד המשהא נקביו עובר בבל תשקצו........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 06, 2019 11:08 am#425816
Re: א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א. זיך שערן אין דער דיינונג רום, היות עס איז א מצוה פין בל תקיף דארף מען עס טוהן ברוב פאר והדר אין דער דיינונג רום.

.


לא תקיפו איז א לאו, נישט קיין מצוה. אבער א ישב לו ולא עבר עבירה איז עס דאך. אויב אזוי, איז בל תשקצו אויך אין כלל, און וויבאלד המשהא נקביו עובר בבל תשקצו........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
צום פונקט!
מיטוואך מערץ 06, 2019 11:12 am#425817
Re: א מתנה פאר די משפחה - א נייע חומרא לכבוד יו"ט
אגב דערציילן די שטוב מענטשן ביי סקולענער רבי זצ"ל אז ווען ער פלעגט ארויסקומען פון ביה"כ פלעגט ער לאזן די לעקטער אפען, דערנאך אפגעגאסן די הענט און געמאכט א לשם יחוד אויף נישט עובר זיין בלי תשחית און דערנאך אריינגעגאנגען פארמאכן די לעקטער.
מיטוואך מערץ 06, 2019 11:26 am#425820
עס איז אינטרעסאנט צו זען פאו'ס געזעץ בתפארתה. קודם ברענגט מען ספוף חומרות פון שטותים, און עס קומט ארויף אמת'ער מעשיות וואס מענטשן האבען געטון.

גראדע, פילטערן אראנדזש דזשוס איז מיר גארנישט אזא משוגענעם חומרא. טאמער עס איז דא ווערים, איז דא ווערים. ווען דער OK האט זיך פארטיידיגט דעמאלס, האבען זיי געשריבען אפענע שקרים במלתא דעבידא לאיגלויי (זיי האבען געשריבען אז הרב אשר עקשטיין האט געבודק'ט און נישט געטראפען קיין ווערים. אין די זעלבע רעקלאמע האבען זיי געדרוקט א בריוו פון הרב אשר עקשטיין, ווי ער זאגט קלאר אז ער האט יא געזען, נאר פון דעסטוועגן האלט ער אז עס איז מותר). נאר צו דער מאן אדער פרוי זאלען עס טון, איז תלוי יעדער משפחה אויף איהר פירראכץ. אין אסאך משפחות איז די פרוי גאר דער וואס איז פרום אין די זאכען.
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:18 pm#425823
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א. זיך שערן אין דער דיינונג רום, היות עס איז א מצוה פין בל תקיף דארף מען עס טוהן ברוב פאר והדר אין דער דיינונג רום.

.


לא תקיפו איז א לאו, נישט קיין מצוה. אבער א ישב לו ולא עבר עבירה איז עס דאך. אויב אזוי, איז בל תשקצו אויך אין כלל, און וויבאלד המשהא נקביו עובר בבל תשקצו........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


נו, אבער טאמער וועט מען גיין גדולים אדער קטנים אין דיינונג רום, וועט עס זיין בל תשקצו צוליב דעם אליין.
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:21 pm#425833
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א. זיך שערן אין דער דיינונג רום, היות עס איז א מצוה פין בל תקיף דארף מען עס טוהן ברוב פאר והדר אין דער דיינונג רום.

.


לא תקיפו איז א לאו, נישט קיין מצוה. אבער א ישב לו ולא עבר עבירה איז עס דאך. אויב אזוי, איז בל תשקצו אויך אין כלל, און וויבאלד המשהא נקביו עובר בבל תשקצו........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די ראשונים פרעגען טאקע, אז אלס ברכת המצות, וואלט אשר יצר נישט געדארפט האבן א חתימה, נאר אשר קדשנו.

ס'דא וואס טענה'ן, אז היות מ'מאכט נישט די ברכה עובר לעשייתן אזוי ווי ביי אנדערע ברכת המצות וואס איז א ספק מ'וועט קענען מקיים זיין די מצוה כהלכתה וכשיעור, מילא בלייבט עס ווי ברכת שבח והודאה לאחר הנעשה.

לולי דמסתפונא, וואלט איך געטענה'ט אז ס'איז א ריכטיגע ברכת נהנין...
פרייטאג מערץ 08, 2019 11:17 am#426023
די רעדסט וועגן א שיעור, דערמאנסט מיר א מעשה.

אמאהל זעהט איינער א ליטוואק אין בית כסא ווי ער ארבעט אריין, פרעגט ער אים וואס איז דאס? זאגט דער ליטוואק, ער האט נאך נישט געמאכט א שיעור....


דאס וואס די שרייבסט וועגען עובר לעשייתן, איז א ליצנות, מען קען נישט מאכן אשר יצר פריער, ווייל המשהה נקביו עובר בבל תשקצו.
פרייטאג מערץ 08, 2019 12:19 pm#426025
אישתישבי האט געשריבן:די רעדסט וועגן א שיעור, דערמאנסט מיר א מעשה.

אמאהל זעהט איינער א ליטוואק אין בית כסא ווי ער ארבעט אריין, פרעגט ער אים וואס איז דאס? זאגט דער ליטוואק, ער האט נאך נישט געמאכט א שיעור....


דאס וואס די שרייבסט וועגען עובר לעשייתן, איז א ליצנות, מען קען נישט מאכן אשר יצר פריער, ווייל המשהה נקביו עובר בבל תשקצו.


ליצנות?! אין דער שמייכל פורום?! פוי!!!
דינסטאג אפריל 09, 2019 4:00 pm#428162
וואלווי האט געשריבן:
ס'דא וואס טענה'ן, אז היות מ'מאכט נישט די ברכה עובר לעשייתן אזוי ווי ביי אנדערע ברכת המצות וואס איז א ספק מ'וועט קענען מקיים זיין די מצוה כהלכתה וכשיעור, מילא בלייבט עס ווי ברכת שבח והודאה לאחר הנעשה.

לולי דמסתפונא, וואלט איך גע'טענה'ט אז ס'איז א ריכטיגע ברכת נהנין...


ועיין בברכות נז: דתשמיש נקבים היא מהג' דברים שהן מעין עוה"ב.

ולגבי שיעור לברכת אשר יצר עיין באו״"ח סימן ז' סעיף ד' דאפילו על טיפה אחת חייב לברך (ועיי"ש בכף החיים דעל נפיחה לא).
דינסטאג אפריל 09, 2019 4:50 pm#428167
חומרעס
דערמאנט עס מיר אז עס איז אמאל געווען א אשה קעשעירע וואס האט געהאט כימרעס איבערן קאפ, און ווער רעדט נאך בעפאר פסח איז זי געווען אינגאנצען צורידערט, געקראצט אלע דעכער און געבליטש יעדע זאך אין שטוב, פארשטייט זיך אז דער מאן איז געווען דער מהודרדיגע קרבן פסח, און בלויז געקענט לאכען פון אירע משוגעת'ן,
איין יאר נאכן קראצן רייבען די ווענט מיט אלע זייפן האט זי זיך אנגערופען צו איר מאן "אפשר זאלן מיר פארקויפן די ווענט פאר'ן גוי ?
ענפערט דער מאן: איך מיין אז מען זאל דיר פארקויפן פארן גוי !!
זאגט די פרוי: מיין טאטע האט מיר שוין פארקויפט פארן גוי פאר 30 יאר צוריק !!!
דינסטאג אפריל 09, 2019 6:28 pm#428176
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דערמאנט עס מיר אז עס איז אמאל געווען א אשה קעשעירע וואס האט געהאט כימרעס איבערן קאפ, און ווער רעדט נאך בעפאר פסח איז זי געווען אינגאנצען צורידערט, געקראצט אלע דעכער און געבליטש יעדע זאך אין שטוב, פארשטייט זיך אז דער מאן איז געווען דער מהודרדיגע קרבן פסח, און בלויז געקענט לאכען פון אירע משוגעת'ן,
איין יאר נאכן קראצן רייבען די ווענט מיט אלע זייפן האט זי זיך אנגערופען צו איר מאן "אפשר זאלן מיר פארקויפן די ווענט פאר'ן גוי ?
ענפערט דער מאן: איך מיין אז מען זאל דיר פארקויפן פארן גוי !!
זאגט די פרוי: מיין טאטע האט מיר שוין פארקויפט פארן גוי פאר 30 יאר צוריק !!!


פארט...

זאל מען איר נאכאמאל פארקויפן ווייל אולי איז מיט די יארן נתמעט געווארן די שיעור פון די חפצא פון די קנין הקידושין ווייניגער ווי א שוה פרוטה, ממילא קומט אויס אז די גברא איז א פנויה למפרע, איז דאס נישט פארקויפט פאר א גוי, פאלט אוועק די גאנצע אומדנא פון מכירת חמץ, ווייל די חפצא פון אי-ביטול פון די שיעור שאור לא ימצא בתוך ל' ימים איז פון פריש מחייב א דין בדיקה דורך א בן ישראל כמקום שמכניסים ווייל א חצר איז יא קונה בכי האי גווני אפילו שאינו ברשותו דשני דברים עשאן הכתוב כאילו הן ברשותו חמץ ובור ברה"ר ומיגו דהוי בור לרה"ר הוי חמץ בשלושים יום קודם החג שסתם נזירות שלושים יום והוי שערו תקרובת עבודה זרה אפי' פחות מכשיעור ודוחה ל"ת דלא תקיפו אפי' שלא בעידניה דהוי דבר שזדונו בכרת דבעידן ריתחא ענשינן אעשה כלא תעשה אפי למ"ד שני כתובים המכחישין זה את זה אין מלמדין...