מיטוואך מערץ 06, 2019 5:05 pm#425869
הכונו למעמד פרודענשל סענטער, ווען בלומינגבורג טרענקט זיך
איך קוק מיט ווייז-ווינדער אין די אלטערנאטיוו ריאליטי וואס מיר לעבן. ביי קהילת כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א גרייט מען זיך צו א מאסיווע געלט אקציע א' שלח אין פרודענשל סענטער לטובת די מוסדות פון די תלמידים פון הגר"ש אויבערבאך זצ"ל.
איך נעם נישט אוועק, ס'איז א חשוב'ע זאך. סאטמאר דארף שטיין צו די האנט פון אידן וואס שטייען מיט די שיטה הק'. אבער ווי קען מען דאס מסביר זיין אז אין די זעלבע צייט זענען דא צענדליגע היימישע סאטמארער משפחות וואס וואוינען בחוץ לעיר אין בלומינגבורג, וואס זענען ארויס ווייל די קהילה האט עס געשטיצט, און זיי האבן געהאפט אז מ'וועט זיי העלפען, אבער זיי טרענקען זיך!! מ'צאלט נישט פאר די כולל יונגעלייט, די חדר איז אפען נאר ביז 12, און די לעבן דארטען איז א גיהנום.
וואס גייט דא פאר???
אז ס'איז דא געלט פאר די ליטווישע אידן אין א"י, דארף דאס נישט ענדערש גיין פאר אונזערע אייגענע יונגעלייט?? דארף מען נישט ענדערש בויען מוסדות און כוללים פאר אונזערע אייגענע??