Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 43 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12992
פרייטאג מערץ 08, 2019 12:57 pm#426027
בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור
מורי ורבותי עס קומט בחירות און א״י פרעגט זיך די שאלה ווען מיר וואלטען געוואונט דארט (הלוואי) פאר וועם וואלטען מיר געשטימט פאר, איז מיר ציען דאך רעכטס סיי מחמת עניני דת סיי מחמת אידיעלאגיע, איז לאמיר פארגעסן פון מרץ, עבודה, און אפי׳ פון כחול ולבן פון המן און אחשוורוש (לפיד איז דאך אוודאי המן און גאנץ איז די שטילע אחשוורוש וואס געט די שליסעליך כידוע די גמרא און מגילה) מען דארף נאר געבן א קוק אויף זייער Platform וועט מען זעהן ווי זיי שטייען מיט דת, און מיט אנדערע זאכן זענען זיי א געמישאכץ פון אלעס פון מרץ ביז ליכוד, איז בלייבט איבער ליכוד וואס איז די מושל בימין און בפרט יעצט איז א שעת חירום צו שטימען פאר זיי צו ראטעווען די גאנצע רעכטע לאגער אבער עס איז דאך נישט די פרומסטע פארטיי, נאכדעם איז דא אונזער היימשע אגודה די ציבור שטימט נישט ווער זאל זיי מציג זיין נאר די רבי׳ס וואס דאס איז א גרויסע חסרון ווי מען זיהו אז זיי טוהן נישט אויף אזוי סאך ווייל זיי זענען פארזיכערט מיט זייער פלאץ, אויך ליגען זיי מער און העלפען זייער קהילות ווי צו קוקן ווי צו העלפען די מדינה, און דא קומען מיר צו הימין החדש וואס די גרויסע פראפעסער מרדכי קדר האט געזאגט אז ״זהו״ דאס איז דאס בעסטע מנהיגות דער שותפות פון בנט און די פרוי שקד, איז אפי׳ בנט גייט א קאפל ווייס איך נישט ווי סאך בעסער ער איז בעניני דת ווי פון ליכוד, און נאכדעם איז דא די מזרחי פארטייען וואס זיי האבן די ריכטיגע ״אהבה״ צו די מדינה און זיי זענען די ריקן ביין פון ארץ ישראל השלימה זיי וואונען און די שטחים במסירת נפש און זיי גייען און מליטער מיט א לשם יחוד, איז אויב איינער האלט זיך פאר א מזרחי קען ער שטימען פאר זיי, און יעצט האבן זיך די כהניסטים זיך אויך מצטרף געווען צו זיי וואס זיי אפעלירען צו אונז, נאכדעם בלייבט איבער ליברמן און נאך צווי דריי קליינע פארטייען וואס וואקעלען צו דורך גיין די אחוז החסימה
פרייטאג מערץ 08, 2019 12:58 pm#426028
די סאטמארע מעגן אויך רעדן, מען רעדט דאך נישט למעשה
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:04 pm#426029
Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור
IMG_1701.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:04 pm#426030
חוקר ודורש האט געשריבן:די סאטמארע מעגן אויך רעדן, מען רעדט דאך נישט למעשה


אין אנדערע ווערטער, די פראגע איז צו מ'זאל דינען דעם אלעמען באליבטען בעל פעור? אדער זיין קאלעגע דעם כמוש? זעלבסטפארשטענדליך נישט אויף למעשה...

אנטווארט: ס'איז א גרויל צו רעדן דערפון. שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא!
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:09 pm#426032
Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור
קאך- לעפל איך ריספעקט זייער דיין וועג פון טראכטען אבער איך בין א הייסע ציוני (פארשטייט זיך על טהרת הקודש) און איך וויל זעהן די מדינה בעסער סיי בעניני דת און סיי בעיני מדינה דהיינו ביטחון כלכלה וכו׳


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:11 pm#426033
חוקר ודורש האט געשריבן:קאך- לעפל איך ריספעקט זייער דיין וועג פון טראכטען אבער איך בין א הייסע ציוני (פארשטייט זיך על טהרת הקודש) און איך וויל זעהן די מדינה בעסער סיי בעניני דת און סיי בעיני מדינה דהיינו ביטחון כלכלה וכו׳


Sent from my iPhone using Tapatalk


געזונטערהייט! זאגאר די זאגסט אז סאאמארע חסידים קענען אויך אריינרעדן, אויף דעם איז געווען מיין רעאקציע.
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:15 pm#426034
איך רעד ווען די וואס האבן נישט די עקל אבער גיין למעשה וואלטען זיי נישט, אזוי
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:33 pm#426035
כ'הער אויך זאגן אז סגייען פארקומען וואלן אין אויסטראליע אין די נאנטע טעג...

אז מ'רעדט שוין, לדעתי איז משה פייגלין דער איינציגסטער פאר וועם ס'לוינט זיך צו וועלן, די אנדערע זענען סתם א באנדע אידעאלאגיסטן וועלכע מאכן חרוב דאס לאנד מיט זייערע פודאמענטאליזם.

אבל מי כאן נורמאלי במזרח התיכון...
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:49 pm#426036
כ'קען דיר נישט פארשטיין רביה״ק, מען רעדט דא וועגן א"י, וועגן צוריקגעבן שטחים פאר גויים פון די לאנד אשר נתן לנו השם אלוקינו אשר הוא עכשיו בידינו, מען רעדט וועגן א לאנד וואס איז א רוב פון אידן, מען רעדט וועגן זייער Safety, מען רעדט וועגן זייער פרנסה, מען רעדט וועגן שמירת שבת און די מדינה, איך מיין די באשעפער וויל מען זאל היטן שבת דארט, ניין? און דאס איז אלעס לשיטתך, איך רעד נישט וועגן די עצם מדינה.
פרייטאג מערץ 08, 2019 1:57 pm#426037
חוקר ודורש האט געשריבן:כקען דיר נישט פארשטיין רביה״ק מען רעדט דא וועגן א״י וועגן צוריקגעבן שטחים פאר גויים פון די לאנד אשר נתן לנו השם אלוקינו אשר הוא עכשיו בידינו,
גאט קען זיך אליינס אן עצה געבן אן דיין שוואנצונעס.
חוקר ודורש האט געשריבן:מען רעדט וועגן א לאנד וואס איז א רוב פון אידן מען רעדט וועגן זייער Safety, מען רעדט וועגן זייער פרנסה,
דו מיינסט טאקע אז דאנעלד טראמפ ווייסט נישט דערפון?
חוקר ודורש האט געשריבן:מען רעדט וועגן שמירת שבת און די מדינה, איך מיין די באשעפער וויל מען זאל היטן שבת דארט ניין?

There you go again...
חוקר ודורש האט געשריבן:און דאס איז אלעס לשיטתך איך רעדט נישט וועגן די עצם מדינה

איך אויך נישט.

לסיכום: אויב ווילסטו א מדינה נוסח דאע"ש וואו מ'שלאגט זיך און מ'הרגעט זיך לאורך ימים ושנים, אזויווי אלע אראבישע מדינות וואו פונדאמענטאליזם איז שולט, דאן גיי וועל פאר וועמען דיין הארץ באגערט. אויב אבער ווילסטו א לאנד וואו מ'לעבט על מי מנוחות, ס'דא געלט, פרנסה און שפע, דאן טראכט זיך גוט איבער.
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:01 pm#426038
..What should I do I don’t begin to understand what you’re writing
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:03 pm#426039
ס'פרייליך דא אין אוזער ארץ ישראל דאמירקא
קודם זיי ביזי מיט די בחירות דאהי, מיט אילהאן און אלע אירע מיטפאלגערס...
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:09 pm#426040
חוקר ודורש האט געשריבן:..What should I do I don’t begin to understand what you’re writing

דאס איז טאקע די פראבלעם...
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:10 pm#426041
ווי זענען די חובבי ציון, נישט די וואס קערן נאר פאר די פלאץ ווי זיי וואונען
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:11 pm#426042
איך קער נאר פאר מענטשן וואס ווילן זיך העלפן, נישט פאר מענטשן וואס ווילן ארויפצווינגען זייערע שיטות אויף אנדערע.
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:12 pm#426043
אילאן אמאר איז זעכער אן אנטיסעמיט אבער איך רעדט נישט יעצט וועגן זי..
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:15 pm#426044
Buddy האט געשריבן:קודם זיי ביזי מיט די בחירות דאהי, מיט אילהאן און אלע אירע מיטפאלגערס...

חוקר ודורש: קוק זיך אין שפיגל...
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:18 pm#426045
שוין מיר האבן שוין איין שטימע פון רביה״ק ער שטימט פאר משה פייגלען און זיין פארטיי זהות, טאקע א גוטע מענטש מיט פריוואטע צרות. ?Who is next to vote
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:41 pm#426053
חוקר ודורש האט געשריבן:
IMG_1701.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk

טייטלבוים?
פרייטאג מערץ 08, 2019 2:54 pm#426055
נ
איש חזון האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:
IMG_1701.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk

טייטלבוים?

איך מיין אז ער איז נישט א טייטלבוים
פרייטאג מערץ 08, 2019 3:22 pm#426056
אבער 'טב' איז ער יא
מוצ"ש מערץ 09, 2019 9:46 pm#426071
משה פייגלין פאר זיינע שטארקע קאפיטאליסט'שע שיטות (און אויך אויף צו לעגאלעזירן דראגס)
מוצ"ש מערץ 09, 2019 10:50 pm#426075
אויב משה פייגלין האט גוטע שיטות און איז תוכו כברו פארוואס רוקט ער אויס צו זיין א Joke?
זונטאג מערץ 10, 2019 2:48 am#426100
Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור
כאנישקיינאנונג בחייכון וביומיכון אין איזראעלי אינערליכע פאליטיק, אבער איין זאך ווייסעך: משה פייגלין וויל לעגאליזירן דראגס, ער באקומט א וואוט פון מיר. איך סימפאטיזיר מיט די צפת'ע ווייסע כאלאטן...
מאנטאג מערץ 11, 2019 4:56 pm#426275
וועגן דעם טעמע פון טמא'נע בחירות לשיטת סאטמאר, לייג איך עס בעסער אויס;
לויט די צדיקים פון יענע ערשטע דור פונעם מדינה, בעלזער רב, גערער רבי וכו' וכו' איז דאך עס נישט געווען אסור, ממילא איז דאך עס נישט אנדערש ווי א שטייגער 'מאשין מצה' וואס מאן דאמר אסור, מאן דאמר מותר - צו גאר מצוה..
אפילו האלטסט ס'אסור, מעגסטו נאך רעדן וועגן דעם צד המתיר;

נכון, או לא נכון??