מאנטאג מערץ 11, 2019 5:28 pm#426279
דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!
דער אויפרייס פון טשערידי קאמפיינס, וכל שום וחניכא דאית ליה, שלאגט טיפע ווארצלען ביים יהדות החרדית, און קוים וואס מ'קען זיך ארויסזען דערפון. פשוטי עם ווערן יעדן טאג באמבאדירט מיט בקשות פון זייערע חברים אז מ'זאל זיך משתתף זיין אין זייערע קאמפיינס, און די באלעבאטישע צווישן אונז באקומען צענדליגער בקשות א טאג, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט.
אבער וואס גייט דא באמת פאר? וויאזוי האבן מיר זיך פלוצים געזען אין א מצב וואס מוסדות קענען גרינג מאכן א הכנסה פון א פאר הונדערט טויזנט דאלאר, אן קיין באזונדערע שוועריגקייטן? וואו איז דאס געלט געלעגן ביז היינט, און איז אנטדעקט געווארן נייע קראנען פון געלט?
דער כלל איז אז געלט ווערט געגעבן נאר אויב מ'באקומט עפעס צוריק. ביז היינט האבן די מוסדות געארבעט שווער איבערצוצייגן נדבנים אז ס'לוינט זיך זיי צו האבן א טייל אין די מוסדות. ס'איז א חשוב'ער מוסד, ס'טוט אויף פאר אידן, ס'איז מרבה תורה, ס'טוט חסד פאר ארימע, ס'שטעלט עפעס צו פאר א סעגמענט פון כלל ישראל. און דער נדבן האט איינגעקויפט א טייל אינעם מוסד. אין אנדערע ווערטער, דער מוסד האט זיך ארויסגעשטעלט פאר סעיל, און יעדער איד וואס האט א ווארעם הארץ פאר דעם צוועק וואס דער מוסד שטעלט פאר האט געקענט באקומען א חלק אין דעם מוסד.
די המצאה פון טשערידי איז אז מוסדות שטעלן זיך נישט אליין ארויס אלס דער פראדוקט וואס איז אויף סעיל. דאס נוצן זיי פאר אנדערע קאמפיינס. פאר די טשערידי קאמפיינס נוצן זיי א גענצליך נייער פראדוקט וואס זיי לייגן אויף סעיל: די מוסדות און קהילות נעמען זייערע מעמבערס און שטעלן זיי ארויס אין די פענסטערס פון דער רויט-ליכט דיסטריקט. וויל איר א חלק אין פלוני'ס חבר'שאפט, ווילט איר ווייטער זיין א חבר פאר אלמוני? דאן צאלט אריין אין דעם עהרע-שיסל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר אים.
אנשטאט דער מוסד זאל זיך ארויסשטעלן צום פובליק און זיך עפענען צום ציבור איבער זייערע טעטיגקייטן און פארוואס עס לוינט צו נעמען אנטייל אין זייערע פעולות, נעמען זיי זייערע אייגענע יונגעלייט און שטעלן זיי ארויס צום ציבור. ביסט א חבר מיט יאסל? אלזא צאל אריין. טשערידי נעמט צוזאם די אתנן.
אנשטאט דער מוסד זאל זיך מאכן וואלנערעבל פאר'ן ציבור, און די דעבאטע ביים נדבן אין הארץ זאל זיין צי ער אנערקענט אין די פעולות פון דעם מוסד, איז יעצט דער ספק ביים נדבן צי ער איז גענוג א גוטער חבר מיט פלוני'ן, און צי ער איז מחוייב אים צו געבן. דיין חבר'שאפט, דיין געטריישאפט, דיין קרוב'שאפט, דיין לעבן, ווערט באטראכט און אפגעשאצט ביים ציבור. אז וואס? אז דאס געלט וואס מ'גיט "פאר דיר", זאל גיין צום פּימפּ, די ראשי הקהילה והמוסד.
דאס אלעס וואלט געווען נאר איין צרה. די גרעסערע צרה איז, אז דו דארפט נאכדעם צוריקצאלן דאס גאנצע געלט פון דיין אייגענער טאש. דו ביסט גענומען געווארן אויף א רייד דורך די ראשי המוסדות, דיין פערזענליכקייט איז ארויסגעשטעלט געווארן אויף דער מארקעט, און די אלע וואס האבן אריינגעצאלט האבן אריינגעצאלט אין דיין כבוד, כאטש דו האסט גארנישט באקומען דערפאר. וואס געשעט נעקסט? ווען עס קומט די רייע פאר די אלע וואס האבן אריינגעצאלט פאר דיין נאמען צו ווערן זונה'ס פאר זייערע מוסדות, דארפסטו צוריקצאלן און אריינקויפן אין זיי!
יעצט דריי זיך אויס, און קוק צוריק וואס דא האט פאסירט:
1. אנשטאט דער מוסד זאל זיין וואלנערעבל פאר'ן ציבור, האט מען דיך ארויסגעשטעלט פאר פובליק צו שלעפן און שנארן נדבות.
2. יעדע פון די אתננ'ס איז געגאנגען פאר די מוסדות, און דו האסט גארנישט פארדינט דערפון.
3. די אלע וואס האבן אריינגעצאלט פאר דיין קאמפיין וועלן עווענטועל אויך מאכן קאמפיינס, און דו וועסט דארפן פאר יעדן פון זיי באצאלן.
4. בסך הכל, דו ביסט ארויס אין פובליק שנארן אנשטאט דיין מוסד, און נישט נאר וואס דו האסט גארנישט געהאט דערפון, נאר דו האסט זיך געמאכט א בעל חוב צוריקצוצאלן אלעס וואס איז אריינגעקומען "לכבודך".
הדא היא דכתיב, געגעסן פארשטינקענע פיש, און פון שטאט ארויסגעווארפן.