ATUB @יעקב מענטש ATUB
1) יא, גאנץ מעגליך און מ'טרעפט אזעלכע מינים מענטשן זייער אפט ווען מ'גייט אין ייווא-ארכיוו אין מאנהעטן אדער אין אידיש-קלאסן אין די אוניווערסיטעטן. טאקע זייער אפט.
ווער ס'איז אמאל געגאנגען זעהן א פארשטעלונג ביים "נייעם אידישן רעפערטואר-טעאטער" אין ניו יארק (למשל, "גאט פון נקמה", "ווארטן אויף גאדא"...) האט געזעהן שפילן שעין בעקער, א נישט-איד פון קענסעס סיטי מיזורי, וואס רעדט זייער געשמאק אויף אידיש.
אט הערט איר ווי ער האלט א רעדע אויף אידיש: m
https://embed.ur.se/embed/202707?cid=bw ... 25:urskola m
איך קען עטליכע נישט-אידן וואס האבן זיך אויך פאראינטערעסירט מיט אידיש און זענען געווארן גאנץ באקוועם ביים רעדן, ליינען און שרייבן אויף אידיש. איך קען אפילו געמישטע פארפעלקער (דער מאן א איד די פרוי א נישט-איד אדער פארקערט) וואס ס'איז זיי וויכטיג צו רעדן מיט די קינדער אויף אידיש און אזוי פירט זיך טאקע ביי זיי אין שטוב.
אין דעם נייעם נומער "אויפן שוועל" אין וועלכן ס'איז ארויס מיין אינטערוויו מיט ראובן איז דא זייער א לאנגער ארטיקל פון איינעם וואס האט זיך מגייר געווען (על פי רעפארם) בשעת ער האט זיך געלערנט די אידישע שפראך. וועגן אים: m
https://forward.com/culture/356368/how- ... to-yiddish m
נאך א ביישפיל. אין דעם אינטערוויו זענען סיי דער פרעגער, סיי דער ענטפערער נישט קיין אידן: m
https://www.youtube.com/watch?v=uwvhVXS-Owk m
(דער ענטפערער איז א פארשער פון אידיש אין אנטווערפן.)
2) געווען אסאך אידישיסטן, אפילו בארימטע אידישיסטישע דענקער און פירער, וואס זענען געווען פרום. למשל נתן בירנבוים וואס איז געווען דער איניציאטאר פון דער ערשטער אקאדעמישער קאנפערענץ אויף אידיש אין 1908 און שפעטער דער גענעראל סעקרעטאר פון אגודת ישראל. ( m
http://www.yivoencyclopedia.org/article ... aum_Nathan m )
ווי געזאגט איז זייער א גרויסע פראפארץ פון די היינטיגע אידישיסטן מאדערן ארטאדאקסיש. למשל, שרה-רחל שעכטער די רעדאקטארשע פון פארווערטס היט שבת און כשרות און גייט אין א שייטל. דאס איז נישט קיין זעלטנקייט. אסאך פון מיינע אידישיסטישע חברים היטן שבת און כשרות גאנץ שטרענג. אויף דער "אידיש וואך", וואס ווערט ארגאניזירט יעדן זומער דורך דער אידישיסטישער ארגאניזאציע "יוגנט-רוף", קען מען דאוונען מיט מנין, מיט א מחיצה.
לאמיך אייך פרעגן: איז מעגליך צו זיין א חסיד און אן אטעאיסט? ד"ה צו זיין פארבונדן מיט א חסידישער קהילה און מגדל זיין אידישע קינדער אפילו אז מ'טראכט אנדערש און מ'גלייבט אנדערש? איך האלט אז דאס איז מעגליך. דאס ווייסן מיר פון די מציאות. אבער ס'איז נישטא קיין איין חסידישער פירער וואס איז גרייט זיך מודה צו זיין אז אזא סארט מענטש זאל עקזיסטירן.
פארקערט, ס'איז נישטא היינט קיין איין אידישיסטישע ארגאניזאציע וואס וועט זאגן אז מ'מוז זיין א איד, אדער א פרייער איד, כדי צו זיין א גוטער אידישיסט.