Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מוללער רעפארט אינדרויסן!

מוללער רעפארט אינדרויסן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13012
פרייטאג מערץ 22, 2019 6:41 pm#426903
מוללער רעפארט אינדרויסן!
אמעריקא און די וועלט שטייט מיט שפאנונג צו הערן וואס עס שטייט אין די רעפארט וואס ראבערט מוללער האט היינט אריינגעגעבן צו די אטארני דזשענעראל.

שבת וועט דורעכגייו מיט אנגעצויגנקייט ביי די שטיצערס און קעגענערס פון טראמפ....
זונטאג מערץ 24, 2019 1:43 pm#426927
Re: מוללער רעפארט אינדרויסן!
דאס ווייסט מען שוין אבער פאר זיכער אז ס'קומען מער נישט קיין אינדייטמענטס. און אזויווי ביז יעצט איז נאך קיינער נישט אנגעקלאגט געווארן אויף קאלוזשען און ס'גייען מער נישט זיין קיין אנקלאגענישן, מיינט עס אז דער גאנצער קאלוזשען באלאן פון די דעמאקראטן איז צופלאצט.
זונטאג מערץ 24, 2019 3:37 pm#426930
דארף אנצוקומען אין קאנגרעס אין 10 מינוט
זונטאג מערץ 24, 2019 4:09 pm#426931
No collusion!!
זונטאג מערץ 24, 2019 6:09 pm#426933
המקום ינחם את כל הדעמאקראטן..
זונטאג מערץ 24, 2019 7:39 pm#426937
נישטא ווער זאל לאכן. שבת׳ל קום אריין קלאר.
אי״ה 2020, ערווארטערט א שיינע געווינס
זונטאג מערץ 24, 2019 7:57 pm#426938
Re: מוללער רעפארט אינדרויסן!
איך ווארט פאר א נאסע תגובה פון הרב @שבת אחים.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג מערץ 24, 2019 8:39 pm#426940
עס איז דא ערנסטע חששות אז מוללער איז געסטראשעט געווארן דורך די רוסישער חברה, אין מעגליך אז מרוב פחד האט ער גארנישט ספציעל ארויס געגעבן אקעגן דער פרעזידענט ירום הודו
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:26 am#426956
מ'דארף טאקע אויפנעמען א ספעשל קאנסול אויסצופארשן מוללער אויב ער איז טאקע געסטראשעט געווארן דורך רוסלאנד.
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:32 am#426958
Re: מוללער רעפארט אינדרויסן!
ווי האט יענער געזאגט: מ'דארף אויספארשן דאס צוזאמארבעט פונעם טראמפ קאמפיין מיט עטליכע צענדליגער מיליאנען אמעריקאנער - צו ערוועלן טראמפ.
מאנטאג מערץ 25, 2019 1:47 pm#426983
כל זמן דער פולער באריכט איז נישט אינדערויסן איז א שאד זיך צו טענה'ן. דער שקרן האט געזאגט אז ער וויל מ'זאל עס ארויסגעבן אבער ער האט אויך אזוי געזאגט איבער זיינע שטייערן רעטערנס און איבער זיך לאזן חוקר זיין און מיר ווייסן וואס פון זיי איז געווארן.
מאנטאג מערץ 25, 2019 1:53 pm#426984
צפור בודד האט געשריבן:כל זמן דער פולער באריכט איז נישט אינדערויסן איז א שאד זיך צו טענה'ן. דער שקרן האט געזאגט אז ער וויל מ'זאל עס ארויסגעבן אבער ער האט אויך אזוי געזאגט איבער זיינע שטייערן רעטערנס און איבער זיך לאזן חוקר זיין און מיר ווייסן וואס פון זיי איז געווארן.

המקום ינחם אותך...
מאנטאג מערץ 25, 2019 1:56 pm#426985
איך אנטזאג זיך פון בכלל האבן א מיינונג ביז ווילאנג ATUB @שבת אחים ATUB קומט נישט אריין קלאר מיט קלארין אין די אויגנדיגע רייד.
פרייטאג מערץ 29, 2019 4:29 pm#427312
שושן פורים האט געשריבן:איך אנטזאג זיך פון בכלל האבן א מיינונג ביז ווילאנג @שבת אחים קומט נישט אריין קלאר מיט קלארין אין די אויגנדיגע רייד.


איך האב נאכנישט דורכגעטוהן די נושא. ווילאנג מזעהט נישט די גאנצע ״מוללער רעפארט״ קען מען דאך זיכער גארנישט וויסן. די רעפארט איז אפאר הונדרעט בלעטער! דערווייל האט מען נאר ארויס געלאזט דריי בלעטער פון די רעפארט פאר די פובליק.

מוללער שרייבט קלאר אז ער טוט נישט אינגאנצן ריינוואשן טראמפ. אבער אז איך האב נישט די אינפארמאציע קען איך דאך נישט סתם רעדן אין די וועלט אריין...
פרייטאג מערץ 29, 2019 5:16 pm#427317
די דריי בלעטער איז נישט פון די רעפארט, נאר דעם אטערני זשענערעלס איבערזוכט פונעם גאנצן רעפארט.
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 11:20 am#428755
מוללער'ס רעפארט וואס מ'האט יעצט געפאבלישט האט מער מחיקות ווי ביי א סוטה. אין דער ערשטער חלק איז כמעט נישטא א בלאט אן מעקערייען און אויף א סך פלעצער גאנצע בלעטער.

אזוי אומשולדיג איז ער.
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 11:46 am#428756
מעקערייען קענען זיין פריוולידזשד אינפארמעישאן, ווי נעמען למשל
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 12:27 pm#428758
Re: מוללער רעפארט אינדרויסן!
טאמבל סאס האט געשריבן:מעקערייען קענען זיין פריוולידזשד אינפארמעישאן, ווי נעמען למשל
און ווער האט געמעקט? דער זעלבער שקרן וואס האט עס לכתחילה נישט געוואלט ארויסגעבן און געשריבן א סאמערי צו פארדעקן און פארדרייען.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk
פרייטאג אפריל 19, 2019 4:14 am#428801
דו האסט נישט פארשטאנען וואס כהאב געזאגט.

לאמיך דיך געבן א משל. אויב מען פרעגט אויס סטארמי דעניעלס צו זי איז געשלאפן מיט טראמפ און איר עליביי איז אז יענע נאכט איז זי געשלאפן מיט ציפור בודד, פארוואס זאל מען ארויסשרייבן ציפור בודד'ס נאמען?